א.
פון דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה’ן 1
(ביי די לוחות שניים 2
( „ פסל לך שני לוחות אבנים כראשונים” לערנט אָפּ די גמרא 3 ,
אַז „פסולתן שלך יהא”.
אין דער משנה בסיום מס’ ב”ק 4
ווערן געבראַכט די דינים פון אַן אַרבעטער וואָס טוט אַ געוויסע מלאכה פאַרן בעה”ב און ס’איז דאָ אָפּפאַל פון דער זאַך אין וועלכער ער אַרבעט – צי דאָס איז זיינע אָדער דאָס געהערט דעם בעה”ב: זאָגט די משנה „מוכין שהכובס מוציא הרי אלו שלו ושהסורק מוציא הרי אלו של בעה”ב”:
[ווייל דאָס וואָס אַ וועשער איז גורם עס זאָל אַרויספאַלן פון אַ בגד דורך וואַשען איז אַ קלייניקייט אויף וואָס דער בעה”ב איז ניט מקפיד,
דעריבער באַלאַנגט עס צום כובס; אָבער דאָס וואָס דער וואָס „קעמט” איז מוציא דורך קעמען באַלאַנגט עס צום בעה”ב,
ווייל „דבר חשוב הוא ולא מחיל” 5 ].
ווייטער ברענגט די משנה אַנדערע פאַלן,
ווען דאָס איז שלו און ווען עס איז של בעה”ב: „מה שהחרש מוציא במעצד
(וואָס דאָס זיינען זייער דינע שפּענדלעך)
הרי אלו שלו,
ובכשיל
(וואָס איז מיט אַ „קרדום ומפיל שפאין גסין” 5 )
של בעה”ב”,
און די משנה איז מסיים „ואם הי’ עושה אצל בעה”ב אף נסורת 6
(„אפילו דק דק היוצא מתחת המקדח שהוא דק מאד” 5 )
של בעל הבית”.
און די גמרא שטעלט זיך אויף דעם און ברענגט אַ ברייתא: „ת”ר מסתתי אבנים אין בהם משום גזל” –
אויף דער ברייתא שטעלט זיך דער רבי מהר”ש
(אין אַ רשימה קצרה 7 ,
ביי אַ סיום אויף מס’ ב”ק)
און פרעגט
(אויפן דין „מסתתי אבנים אין בהם משום גזל”)
וז”ל: „וצ”ל א”כ מה א”ל הקב”ה למשה פסל לך מאחר שאין בהם משום גזל ופי’ מפני שהם הפקר ואינם שייכים להבעלים והאומן קרוב יותר לזה וא”כ למה צ”ל פסל לך”,
און ער ענטפערט „אך שם 8
סנפירין 9
וכאן אמר אבנים
סתם אבל שם הי’ אבן טוב”.
ולכאורה,
דער ביאור פון רבי’ן מהר”ש – אַז ביי די „פסולתן” פון די לוחות דאַרף מען אָנקומען צום אָנזאָג
(ערלויבניש)
פון „פסל לך” דערפאַר ווייל זיי זיינען געווען פון „סנפירין” – איז תלוי,
אין די צוויי דיעות אין מדרש 10
: „רב לוי ורבי יוחנן אומר 11
מהיכן פסלן אחד אומר מתחת כסא הכבוד פסלן,
ואחד אומר מתוך אהלו,
ברא לו מחצב ומשם חצב שני לוחות אבנים ונטל את הפסולת ומשם העשיר שהיו של סנפירינון” – לויט דער ערשטער דיעה זיינען די לוחות געווען מלמעלה,
און לויט דער צווייטער דיעה איז די חציבה געווען למטה 12
[ווי ס’איז אויך משמע פון פשטות הכתובים בפרשתנו,
אַז דער ציווי איז געווען „פסל לך שני לוחות אבנים כראשונים” און נאָכדעם – „ ועלה אלי ההרה” און אַזוי איז אויך דער סדר אין פסוק ביים קיום הציווי 13
„ואעש ארון עצי שיטים ואפסול שני לוחות אבנים כראשונים
ואעל ההרה ושני לוחות בידי” 14
(ועד”ז איז עס אין פרשת תשא 15 )]
;
און לויט דער דיעה אַז די חציבה
(און פסילתן)
פון די לוחות האָט משה געטאָן למעלה,
דאַרף מען דאָך ניט אָנקומען צום תירוץ אַז ווייל דאָס איז געווען סנפירין דעריבער האָט דער אויבערשטער געדאַרפט זאָגן „פסל לך” 16
– וואָרום דער דין איז דאָך
(ווי געבראַכט פריער פון דער משנה)
אַז „אם הי’ עושה אצל בעה”ב” באַלאַנגט עס בכל אופן צום בעה”ב;
ד.
ה.
אַז אפילו ווען עס וואָלטן געווען „אבנים סתם”,
ניט קיין סנפירין,
וויבאַלד משה האָט דאָס געטאָן למעלה „אצל בעה”ב” – הקב”ה,
דאַרף מען האָבן דעם היתר פון „פסל לך” אַז „פסולתן שלך”
(ווייל לולא זאת,
איז דער דין אַז „הרי אלו של בעה”ב”).
ב.
אין דער רשימה הנ”ל איז ער ממשיך,
אַז רשב”ץ האָט געפרעגט „לגבי למעלה אינו תופס מקום אפילו אבן טוב” און דער רבי מהר”ש האָט געענטפערט „הרי עשאן למטה ,
דבאותן של מעלה לא הי’ פסולת” 17 ,
ובמילא פאַלט
אויך אָפּ די שאלה הנ”ל ווייל ער איז ניט געווען „עושה אצל בעה”ב”.
עס איז אָבער נאָך אַלץ שווער,
וואָרום אויך למטה – אומעטום – איז עס דאָך „אצל בעה”ב”
(הקב”ה),
„מלא כל הארץ כבודו”,
ובלשון חז”ל
(און להלכה )
„כל היכא דאיתי’ בבי גזא דרחמנא איתא 18
דכתיב לה’ הארץ ומלואה”* 18
איז אפילו אַז „עשאן למטה”,
איז דער פסל פון די לוחות געווען „אצל בעה”ב” 19 ,
איז דאָך נויטיק דער היתר מיוחד פון „פסל לך” אויך ביי סתם אבנים – טאָ וואָס איז דער פירוש פונעם רבי’ן מהר”ש’ס תירוץ?
און כאָטש אַז לאידך,
אין דעם פאַל פון „בעה”ב” – הקב”ה,
איז ניט שייך דער טעם פון „ קפיד בעה”ב
(אפילו אשפאים דקים)
” 20
ווייל לגבי הקב”ה איז דאָך קיין זאַך ניט תופס מקום און ס’איז ניט שייך קיין קפיד
(קיין חילוק ניט צווישן אבנים טובות און סתם אבנים
(וכשאלת הרשב”ץ))
– איז אָבער דאָ אַ חילוק אויב „עשאן למטה” 21 ,
ווייל למטה רעכנט מען זיך ווי די ענינים
(ודינים)
זיינען מצד למטה,
וואָס
דערפאַר איז „כל 22
דבר שהוא לשם הא־ל הטוב שיהי’ מן הנאה והטוב כו’ וכן הוא אומר כל חלב לה’”* 22
דאַרף דאָך לכאורה אויסקומען אַז אפילו ביי אבנים סתם,
וויבאַלד אַז עס איז „אצל בעה”ב” – הקב”ה,
איז הרי אלו של בעה”ב – ווען עס איז ברשות בעה”ב קפיד בעה”ב על הכל 23
(ואדרבא – וויבאַלד אַז כל מה שברא הקב”ה בעולמו לא ברא דבר אחד לבטלה 24 ,
איז לכאורה די קושיא להיפך: דער אויבערשטער איז אויף אַלעם קפיד).
ג.
לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן אַז ביי מסתתי אבנים איז ניטאָ דער דין פון דער משנה „ואם הי’ עושה אצל בעה”ב אף הנסורת של בעה”ב”,
והראי’: די ברייתא „מסתתי אבנים אין בהם משום גזל” ווערט געבראַכט אין דער גמרא ניט אויף דעם טייל פון דער משנה וואו עס רעדט זיך וועגן די פרטי דינים צי עס איז „שלו” אָדער „של בעה”ב”,
נאָר אויף דעם סיום המשנה „ואם הי’ עושה אצל בעה”ב כו’” 25
;
פון דעם איז משמע,
אַז דאָס וואָס „מסתתי אבנים אין בהם משום גזל” איז
ניט בלויז ווען דער פועל אַרבעט ביי זיך,
נאָר אויך „אם הי’ עושה אצל בעה”ב”
(ווי די אַנדערע פאַלן אין דער ברייתא „מפסגי אילנות מפסגי גפנים כו’” וואָס די אַרבעט איז דאָך בפשטות אין דעם כרם
(רשות)
פון בעה”ב,
„אצל בעה”ב”).
ועפ”ז איז מובן בפשטות וואָס דער רבי מהר”ש זאָגט,
אַז דאָס וואָס מ’האָט געדאַרפט אָנקומען צו „פסל לך” איז ווייל די לוחות זיינען געווען סנפירין,
וואָרום ביי אבנים סתם איז קיין נפק”מ ניט צי ס’איז ברשות פון פועל אָדער אין רשות פון בעה”ב,
אַלעמאָל „אין בהם משום גזל”.
דאָס איז אָבער אַ דוחק,
ווייל די סברא צו מחלק זיין צווישן די אַרבעט וואָס דער פועל טוט אצל בעה”ב אָדער ניט,
איז אויך באַ מסתתי אבנים – איז פאַרוואָס זאָל באַ מסתתי אבנים זיין אַנדערש
(ובפרט אַז לא אשתמיט שום פוסק צו זאָגן אַז ביי מסתתי אבנים איז ניטאָ דער דין אַז „אם הי’ עושה אצל בעה”ב אף נסורת של בעה”ב” 26 ).
נאָכמער: אויך אין דער רשימה איז ער מדייק „והאומן קרוב יותר לזה”,
דלכאורה איז דער פירוש בזה,
אַז אויך דאָס וואָס „מסתתי אבנים אין בהם משום גזל” איז דוקא ווען דאָס איז ניט „אצל בעה”ב”,
וואָרום אויב ס’רעדט זיך אויך ברשות בעה”ב פּאַסט דאָך ניט זאָגן „האומן קרוב יותר לזה”.
ד.
ויובן זה בהקדם לבאר החילוק וואָס מ’געפינט צווישן די דינים ווי זיי
שטייען אין דער ברייתא הנ”ל און ווי זיי שטייען אין דער תוספתא:
אין דער ברייתא זיינען זיי איינגעטיילט,
כנ”ל,
אין צוויי פאַלן און דינים: „מסתתי אבנים אין בהם משום גזל מפסגי אילנות מפסגי גפנים מנקפי היגי מנכשי זרעים ועודרי ירקות בזמן שבעה”ב מקפיד עליהם יש בהן משום גזל אין בעל הבית מקפיד עליהן הרי אלו שלו”; אין דער תוספתא שטייען זיי אַלע צוזאַמען,
אין איין פאַל און דין: „מסתתי אבנים מפסקי גפנים מנקפי הגין מנכשי זרעים בזמן שבעל הבית מקפיד עליהן אסורים משום גזל אין בעל הבית מקפיד עליהן מותרין משום גזל”.
עס איז אַ פלוגתא צווישן זיי צי באַ מסתתי אבנים העלפט קפידת הבעה”ב – וואָס איז דער טעם הפלוגתא?
ולהעיר אַז אין טור* 26
(כאָטש ער ברענגט אויך דעם דין באַ „מפסגי אילנות” און „עודרי ירקות” וואָס שטייט בלויז אין דער ברייתא און ניט אין תוספתא),
זאָגט ער אָבער
(כפי התוספתא) 27
באַ „מסתתי אבנים” איז תלוי אין קפידת בעה”ב.
והביאור בזה: לויט דער ברייתא איז דאָ אַן אונטערשייד צווישן מסתתי אבנים און די אַנדערע פאַלן – מפסגי אילנות וכו’ מנכשי זרעים,
ווייל דער אָפּפאַל פון „מפסגי אילנות כו’” האָט מער חשיבות ווי פון מסתתי אבנים; און דעריבער איז דאָס תלוי אין דער קפידת
בעה”ב: „בזמן שבעה”ב מקפיד עליהם יש בהן משום גזל אין בעה”ב מקפיד עליהן הרי אלו שלו”
[אָדער אויב ס’איז אַן אתרא דלא קפדי,
אַז דער מנהג
(אנשי)
המדינה דאָרט איז ניט צו מקפיד זיין אויף דעם דבר מועט איז אפילו ווען אַ בעה”ב פרטי איז מקפיד – בטלה דעתו 28 ,
ווייל דער דרך בני אדם אין דעם אָרט איז אַז לא קפדי] 29 .
וואָס אין דעם פאַל,
ווען עס איז תלוי אין קפידת בעה”ב,
און דער בעה”ב איז ניט מקפיד,
זיינען דאָ צוויי סברות 30
פאַרוואָס די זאַך איז מותר – אָדער ווייל זיין ניט מקפיד זיין איז כאילו ווי ער וואָלט מפקיר געווען,
וואָס דעמאָלט דאַרף עס זיין הפקר לכל אדם,
ניט נאָר צום פועל אָדער אַן איש פרטי 31
; אָדער ס’איז ע”ד ווי אַ מתנה,
וויבאַלד עס איז אַ דבר מועט,
איז דער בעל הבית חונן ונותן צו יעדערן וואָס וועט דאָס נעמען,
אפילו שלא מדעתו 32 .
אָבער „מסתתי אבנים” וואָס דער לשון הברייתא איז „אין בהם משום גזל”,
איז די חשיבות פון די ברעקלעך אבנים
ווייניקער ווי באַ „מפסגי אילנות”,
ביי זיי דאַרף מען ניט אָנקומען צום היתר פון „אין בעה”ב מקפיד עליהן”,
נאָר מצד פחיתות החשיבות זיינען זיי הפקר מצד עצמם,
ד.
ה.
זיי האָבן ניט קיין חשיבות ושוויות ביי בני אדם זיינען זיי הפקר מאיליו וממילא* 32
(און דעריבער אפילו ווען ס’איז דאָ אַ בעה”ב וואָס איז יע מקפיד איז בטלה דעתו,
און ניט נאָר מצד ולגבי דעת כל בני אדם,
נאָר ווייל ס’איז בעצם ניטאָ אויף דעם קיין בעל הבית’קייט מצד דער ניט חשיבות פון דער זאַך) 33 ,
ווי ס’איז מדוייק אין דער רשימה: ופי’ מפני שהם הפקר ואינם שייכים להבעלים .
בסגנון אחר קצת: אין פאַל פון מפסגי אילנות וכיו”ב,
וואו עס איז תלוי אין הקפדת בעה”ב
(אָדער אין מנהג
(אנשי)
המקום),
איז דער גדר ההפקר
(או
מתנה)
מצד דעם גברא,
אָבער די זאַך מצ”ע האָט אַ געוויסע חשיבות; משא”כ דער דין אין בהם משום גזל באַ מסתתי אבנים
(ועד”ז באַ כשות וחזיז),
איז עס הפקר מצד דער חפצא.
ה.
עפ”ז יש לומר,
אַז דאָס איז דער טעם הפלוגתא צווישן דער ברייתא און דער תוספתא וואָס זאָגט אַז מסתתי אבנים זיינען תלוי אין קפידת בעה”ב.
ובהקדם:
דער חילוק כללי צווישן ברייתא און תוספתא,
ווי ס’איז מבואר במפרשי כללי הש”ס 34
איז,
אַז „תוספתא היא שנתוספה על המשנה לפיכך אינה כתובה לא בלשון תניא ולא בלשון תנו רבנן כו’ שהתוספתות הם שסדר רבי חייא בפני רבי והי’ אומר לו כתוב כך וכך והיינו דאמרינן רבי לא שנאה ר’ חייא מנין לו,
וברייתות הם משניות שנאמר שלא מדעת רבי חוץ ממדרשו כו’”.
„וכך חברו רבי חייא ור”א וחכמים אחרים,
ברייתות ר”ל לשון ברא חוץ שנאמרו חוץ למדרשו של רבי” 35 .
עפ”ז קומט אויס,
אַז די תוספתא וואָס סידר ר’ חייא בפני רבי איז געזאָגט געוואָרן אין ארץ ישראל
(וואו ישיבת רבי איז געווען),
משא”כ די ברייתות וואָס איז „חוץ למדרשו של רבי” קען זיין אַז דאָס איז געלערנט געוואָרן בבבל
(ובפרט אַז ר’ חייא איז געקומען פון בבל 36 ),
ובכלל איז מסתבר אַז די ברייתות האָבן מער שייכות צו בבל,
וואָרום בימי רבי איז „ישראל מתגלגלין
והולכין לקצוות כו’” 37 ,
און בבל איז דעמאָלט געוואָרן נאָך מער מקום תורה.
והנה – אויפן פסוק 38
„הבה נלבנה לבנים וגו’ ותהי להם הלבנה לאבן” זאָגט רש”י „שאין אבנים בבבל שהוא בקעה”.
דעריבער איז אין בבל,
וואו מ’האָט ניט גענוצט קיין אבנים
(זיי זיינען ניט געווען מצוי),
האָבן די איבערגעבליבענע שטיקלעך אבנים
(פון די אבנים וואָס מ’האָט דאָרטן ווען עס איז געבראַכט)
ניט געהאַט קיין חשיבות,
און דערפאַר זאָגט די ברייתא אַז מסתתי אבנים אין בהם משום גזל,
זיי זיינען הפקר בעצם
(אין בבל),
און המקפיד איז בטלה דעתו 39 .
אין ארץ ישראל אָבער,
וואו אבנים זיינען אַ דבר המצוי,
מ’נוצט זיי אויף בנין און שאר תשמישים,
ואדרבה,
נשתבחה ארץ ישראל אַז זי איז „ארץ אשר אבני’ ברזל” 40 ,
האָבן אויך די שטיקלעך אבנים אַ חשיבות,
בדוגמת מפסגי גפנים כו’,
און דערפאַר איז איסורן והתירן 41
תלוי אין קפידת בעל הבית 42 .
ו.
עפ”ז וועט מען אויך פאַרשטיין די רשימה הנ”ל פון רבי’ן מהר”ש:
וויבאַלד אידן זיינען דעמאָלט געווען הולכי מדבר וואו ס’איז ניט רגיל
(כאָטש ס’ווערן דערמאָנט באַ זיי אבנים – לדוגמא באַ מקושש עצים 43 )
צו נוצן זיך מיט אבנים 39
(ובפרט בנין – מ’האָט דאָך ניט געבויט קיינע בנינים קבועין,
וויבאַלד זיי זיינען געווען ויסעו ויחנו ויסעו כו’)
איז אויף דעם חל דער כלל „מסתתי אבנים אין בהם משום גזל”:
„ופי’ מפני שהם הפקר ואינם שייכים להבעלים”,
זיי זיינען הפקר לגמרי מצד דער חפצא
(ניט נאָר מצד דעם וואָס אין בעה”ב מקפיד – גברא)
כנ”ל,
היינט צוליב וואָס האָט מען געדאַרפט אָנקומען צו „פסל לך”,
„פסולתן שלך יהא”?
אויף דעם איז דער ענטפער „שם סנפירין וכאן אמר אבנים סתם”,
און ביי סנפירין איז ניט שייך דער דין אין בהן משום גזל,
ווי ביי מסתתי אבנים וועלכע האָבן ניט קיין חשיבות.
וואָרום פסולתן של סנפירין האָבן אַ חשיבות,
כמובן 44 ,
און דעריבער איז מובן וואָס מ’דאַרף אָנקומען צו „א”ל הקב”ה למשה פסל לך”.
[און דער פירוש אין ל’ הרשימה „האומן קרוב יותר לזה”,
איז
(ניט לגבי דעם אויבערשטן
(בעה”ב)
– וואָרום דאָ גייט ניט אָן דער דין פון „אצל בעה”ב”,
כנ”ל – נאָר)
פון שאר בני אדם ,
וואָס דערפאַר איז דער אומן
(דוקא)
במילא דאָס קונה].
ז.
נאָך אַ ביאור וואָס מען קען זאָגן בנוגע צום היתר פון פסל לך באַ די לוחות:
דאָס וואָס מ’האָט געדאַרפט אָנקומען צום היתר פון „פסל לך” איז ניט מצד דעם וואָס „פסולתן” באַלאַנגט צום בעה”ב
(צום אויבערשטן),
נאָר וויבאַלד אַז די לוחות האָבן
(זיך געדאַרפט געפינען אין ארון אין משכן,
און ווי אַלע עניני המשכן ומקדש האָבן אויך די לוחות)
געדאַרפט געהערן צום צבור 45
(עס דאַרף זיין מוסר לצבור יפה יפה 46 ,
די מסירה נאָך דער עשי’,
אָדער זי האָט מלכתחילה,
אויך פאַר דער עשי’,
געמוזט געהערן צום צבור 47 )
די עשי’ דאַרף זיין בשל ציבור 48
–
און ווי ס’איז פאַרשטאַנדיק אויך פון המשך הגמרא 49
„לא ניתנה תורה אלא למשה כו’ שנאמר כתב לך פסל לך מה פסולתן שלך אף כתבן שלך”,
וואָס ביי כתבן רעדט זיך וועגן „פלפולא” של תורה
(ווי די גמרא פירט אויס)
דאָס איז געגעבן געוואָרן צו משה’ן און ניט צום ציבור,
עד”ז איז מובן בנוגע פסל לך „פסולתן שלך”.
און אע”פ אַז פסולתן של לוחות,
אויך פון סנפירין,
וויבאַלד זיי באַלאַנגען צום כלל ישראל 50 ,
ובמילא איז ניטאָ קיין שוה פרוטה לכל אחד 51 ,
און דער „לאו
דלא תגזול אינו חל אלא בש”פ כי התורה לא תחייב אלא בדבר שבממון ופחות משו”פ אינו נקרא ממון” 52
– דפשיטא אַז עס איז אסור לגזול נכסי ציבור בכל אופן 53 ,
ופשיטא אַז מען קען אויף דעם ניט זאָגן „אין בהם משום גזל” 54 ,
וואָרום ס’איז „אסור 55
לגזול או
לגנוב כל שהו מדין תורה” 56 .
ח.
דער ביאור פנימי אין דעם
(וואָס מ’געפינט חילוקים אין דער בעלות אויף די לוחות שניות – אַז די לוחות בכלל זיינען שייך לצבור,
לכל ישראל,
און פסולתן איז אָפּגעגעבן געוואָרן למשה „פסולתן שלך יהא”)
: אין דער נתינת התורה וואָס עס איז געגעבן געוואָרן בלוחות שניות איז דאָ דער אויפטו,
ווי די גמרא איז ממשיך
(כהובא לעיל)
מה פסולתן שלך אף כתבן שלך,
אַז פלפולא דאורייתא ניתנה למשה.
וי”ל אַז דאָס איז די הסברה פנימית פון די ווערטער „הרי עשאן למטה דבאותן של מעלה לא הי’ פסולת”: תורה ווי זי איז מצד למעלה,
וואָס בכללות איז דאָס ווי תורה איז מצד לוחות הראשונות,
איז בבחי’ אחדות – ס’איז ניטאָ קיין התחלקות,
ועאכו”כ ניט קיין ענין פון פסולת
(נאָר – כולו פנים).
ווי תורה קומט אַראָפּ למטה,
וואָס בכללות איז דאָס ענינם של לוחות שניות
(וואָס זיינען געגעבן געוואָרן נאָך דער תשובה אויפן חטא העגל,
ד.
ה.
אַז די תשובה פון אידן האָט כביכול גע’פּועל’ט למעלה אַז מען זאָל זיי געבן די לוחות 57 ),
קומט דאָ דער ענין ההתחלקות מדריגות אין תורה 58 ,
ביז צו אַן ענין פון פסולתן
כביכול
(פנים ואחור) 59 .
דער ביאור אין דער שייכות צווישן „פסולתן שלך” און „כתבן שלך” – פלפולא דאורייתא 60
– פלפולא
דאורייתא וואָס ניתנה למשה איז דאָך אַן ענין נעלה,
היפך לגמרי פון פסולתן פון די לוחות: דורך די לוחות שניות האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין היגיעה בתורה,
ווי מבואר בארוכה אין חסידות 59 ,
וואָס אויך אין דעם זיינען דאָ צוויי ענינים הפכיים: דער ענין היגיעה קומט מצד די העלמות והסתרים וקושיות כו’,
וואָס איז פסולת לגבי עצם שכל התורה; אָבער מאידך גיסא,
איז דוקא ע”י היגיעה בתורה קומט מען צו צו עיקר ועצם התורה,
העכער ווי תורה איז מצ”ע,
ווי זי איז ניתנה למעלה מצד די לוחות הראשונות,
כמבואר שם בארוכה 61 .
און דאָס איז דער ענין פון פלפולא דאורייתא וואָס ניתנה למשה 62 ,
די גמרא רופט דאָס „פילפולא בעלמא ”,
לאידך זאָגט מען אַז דאָס איז „הבנה וחריפות” 63
אין תורה,
אַ מדריגה הכי נעלית וגבוה אין השגת התורה,
וואָס „נתן לו למשה והוא נהג בו טובת עין לישראל” 64 .
(משיחת כ’ מנחם אב תשכ”ד)