B"H
🏡

Ikar

דברים ה

א.

בנוגע דעם איסור פון בישולי נכרים - וואָס מ’לערנט אָפּ 1

(בדרך „אסמכתא” 2 )

פון פסוק 3

„אוכל בכסף תשברני ואכלתי ומים בכסף תתן לי ושתיתי”

(„מה מים שלא נשתנו כו’ ע”י האור אף אוכל כו’”)

- איז דאָ אַ פלוגתא צווישן פוסקים,

צי די כלים וואָס האָבן בולע געווען אין זיך פליטת בישולי נכרים ווערן אויך אסור,

אָדער ניט.

עס זיינען דאָ פוסקים וואָס האַלטן 4 ,

אַז וויבאַלד דער איסור פון בישולי נכרים איז „משום חתנות” 5

(ווייל דאָס קען ברענגען צו חיתון מיט אַ נכרית),

האָט מען ניט גע’אסר’ט זייער „פליטה”,

וואָרום „בהא ליכא ודאי משום חתנות” 6

; אָבער דעת רוב הפוסקים 7

איז,

אַז אויך די כלים זיינען אסור,

„ דכל שאסרוהו חכמים פליטתו כמוהו” 8 .

ויש לומר,

אַז דאָס איז ע”ד ווי נסרים שרחבן ארבעה וואָס זיינען פסול לסכך,

וואָס דער דין 9

איז אַז אפילו „הפכן על צידיהן”

(„שאין בהן ארבעה” 10 )

זיינען זיי פסול,

ווייל „כיון דיש שם פסול עליהן”,

ווערן זיי פסול „בכל ענין” 11

; און ווי דער ראָגאַטשאָווער 12

איז מסביר,

אַז דאָס איז ווייל אַ זאַך וואָס איז אסור מצד אַ גזירה צוליב אַן אַנדער זאַך וועלכע איז אסור

(תקרה)

ווערט די זאַך „כמו עצם האיסור”

(ניט נאָר ווען ס’איז דאָ דער „טעם האיסור”)

- ועד”ז בעניננו,

אַז אע”פ אַז דער טעם האיסור פון בישולי נכרים איז „משום חתנות”,

ווערט עס אָבער „כמו עצם האיסור”,

ובמילא בלייבט דער איסור אויך ווען עס איז ניטאָ דער טעם,

חשש חתנות.

ב.

ויש לומר אַ מקור צו דער דיעה פון די רוב הפוסקים - פון דעם סיפור וואָס ווערט געבראַכט אין סיום מס’ עבודה זרה בקשר צום דין ווי מ’דאַרף כשר’ן אַ סכין פון גיעולי נכרים „לאכול בה צונן” 13

- און אויב מ’וועט לערנען אַזוי אַז דער איסור פונעם סכין איז געווען מצד בישולי נכרים 14 ,

וועלן פאַרענטפערט ווערן כמה תמיהות אין דעם סיפור.

וז”ל הש”ס:

מר יהודה ובאטי בר טובי הוו יתבי קמי’ דשבור מלכא,

אייתו לקמייהו אתרוגא פסק אכל,

פסק והב לי’ לבאטי בר טובי,

הדר דצה עשרה זימני בארעא

(ווי די גמרא זאָגט דאָרטן,

אַז כדי צו כשר’ן אַ סכין דאַרף מען אים נועץ זיין בקרקע עשר פעמים)

פסק הב לי’ למר יהודה.

א”ל באטי בר טובי וההוא גברא לאו בר ישראל הוא?

א”ל מר קים לי בגוי’ ומר לא קים לי בגוי’

(„רב יהודה מכיר אני בו שהוא פרוש ולא יאכל דבר איסור אבל בך איני מוחזק שתהא פרוש כל כך” - רש”י).

איכא דאמרי א”ל אידכר מאי עבדת באורתא

(דרך פרסיים למסור נשים לאכסנאים,

וכששיגרן להם בלילה שעבר,

קיבל באטי,

ורב יהודה לא קיבל - רש”י).

לערנענדיק בפשטות,

איז דער חילוק צווישן די צוויי מאן דאמר’ס אין דעם ענטפער פון שבור מלכא אין דעם,

וואָס לויטן ערשטן ענטפער האָט שבור מלכא געזאָגט אַז ער איז ניט זיכער צי באטי איז אַ פרוש מדבר איסור

(„בך איני מוחזק”)

; און לויט די „איכא דאמרי” איז ביי אים געווען אַ וודאות אַז ער איז ניט פרוש כו’

(ווייל „אידכר מאי עבדת באורתא”).

לפ”ז איז ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד אַז באטי האָט מקבל געווען די נשים פרסיות און עובר געווען אויף אַן איסור ודאי - טאָ פאַרוואָס האָט שבור מלכא,

לויטן ערשטן מאן דאמר,

נאָר געזאָגט אַז „ לא קים לי בגוי’”?

און ס’איז אַ דוחק גדול צו זאָגן,

אַז די איכא דאמרי זיינען מחולק מיטן ערשטן מאן דאמר אין אַ מציאות 15

- צי ס’איז געשען דער פאַל פון „עבדת באורתא” אָדער ניט.

ג.

אין תוס’ 16

שטייט,

אַז באטי האָט ניט חוטא געווען דערמיט וואָס ער האָט מקבל געווען די נשים נכריות,

ווייל ער איז געווען אַן „עבד קצת שמעוכב גט שחרור”,

און אַן עבד איז מותר באשה נכרית.

[ויש לומר,

אַז רש”י

(וואָס באַוואָרנט ניט אַז באטי איז דערמיט ניט באַגאַנגען קיין איסור)

און תוס’ - לשיטתייהו אזלי: ביים דין פון „נתייאשתי מפלוני עבדי ..

אין לו תקנה אלא בשטר”

(אין מס’ גיטין 17 )

איז רש”י מפרש: „אין לו תקנה - בבת ישראל ולא בשפחה שהרי משוחרר הוא קצת כו’”; אָבער תוס’ דאָרט 18

לערנט

(ניט ווי רש”י,

נאָר)

אַז „אין לו תקנה בבת חורין קאמר,

אבל בשפחה שרי”.

ועד”ז איז אויך בנוגע באטי,

וואָס איז געווען אַ „מעוכב גט שחרור” 19 ,

אַז לדעת רש”י איז ער אסור בשפחה 20 ,

און לדעת התוס’ איז ער מותר בשפחה

(ועד”ז בנכרית 21 )].

איז ניט מובן

(לויט פי’ התוס’)

: וויבאַלד אַז באטי האָט ניט עובר געווען קיין איסור,

איז פאַרוואָס האָט אים שבור מלכא אויפגעוואָרפן „אידכר מאי עבדת באורתא”?

דער ריטב”א 22

איז מסביר,

אַז „שבור מלכא לא הי’ יודע זה,

ולפיכך חשד אותו שכשם שלא נזהר מן הנכרית לא יחוש לגיעולי נכרים,

וזה אינו כי עבד מוזהר הוא בכל האיסורין,

וכשם שאסור בחזיר ובנבלה אסור בגיעוליהן”.

אָבער לכאורה איז די הסברה ניט אינגאַנצן גלאַטיק: שבור מלכא איז דאָך געווען אַ „בקי בדינים” 23

(ווי ס’איז מוכח

(אויך)

פון דער סוגיא גופא)

- איז ניט מסתבר אַז ער האָט ניט געוואוסט דעם דין אַז אַן עבד איז מותר בנכרית; עס איז אויך שווער צו זאָגן אַז ער האָט ניט געוואוסט אַז באטי איז נאָך אַן „עבד קצת” - ווייל רב יהודה האָט וועגן דעם מכריז געווען ברבים 24 .

ד.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין אין די פרטי הסיפור:

בשלמא דאָס וואָס באטי האָט גענומען דעם אתרוג פון שבור מלכא און

(ווי ס’איז משמע פון סיפור)

האָט עס געגעסן - קען מען מבאר זיין בפשטות,

אַז דאָס איז

[ניט דערפאַר וואָס ער איז געווען ניט נזהר אין גיעולי נכרים,

אָדער ווייל ער האָט ניט געוואוסט דעם דין פון גיעולי נכרים

(וואָרום פון זיין שאלה „וההוא גברא לאו בר ישראל” איז מובן אַז ער האָט געוואוסט און ס’האָט אים פאַרדראָסן),

נאָר]

ווייל אויב ער וואָלט ניט געגעסן דאָס וואָס דער מלך גיט אים,

וואָלט ער דערמיט געווען אַ מורד במלכות 25 ,

און דאָס איז אַ חשש פון פקו”נ 26

וואָס איז דוחה כל התורה - „יעבור ואל יהרג” 27 ,

(ואין סתירה לזה,

כמובן,

וואָס נאָך דעם ווי ער האָט געזען אַז שבור מלכא האָט פאַרהיט מר יהודה פון אַ דבר איסור,

האָט ער געפרעגט „וההוא גברא לאו בר ישראל הוא” - פאַרוואָס ער האָט ניט באַוואָרנט אויך אים,

באטי בר טובי).

עס בלייבט אָבער תמוה - מצד שבור מלכא:

א)

וויבאַלד אַז שבור מלכא האָט ניט געוואָלט מכשיל זיין מיט אַ דבר איסור 28

- איז צי דערפאַר וואָס ער איז ניט געווען זיכער

(„ לא קים לי בגוי’”)

אַז באטי איז אַ פרוש מדבר איסור,

איז דאָס מספיק אַז ער זאָל אים בודאי מכשיל זיין,

געבן עסן אַן איסור?

ב)

אפילו לויט די איכא דאמרי,

אַז באטי האָט זיכער עובר געווען אַן איסור באורתא

(צי באמת - לשיטת רש”י; אָדער נאָר לדעת שבור מלכא -לשיטת התוס’)

- איז עס דאָך ניט קיין טעם אַז ער זאָל אים מכשיל זיין מיט נאָך אַן איסור?

ס’קען דאָך זיין אַז באטי האָט טאַקע ניט געקענט ביישטיין דעם נסיון גדול 29

דיצרי’ דעבירה

(מיט אַ נכרית),

און פונדעסטוועגן איז ער אָפּגעהיט אין מאכלות אסורות.

ובפרט אַז דער איסור זנות מיט אַ נכרית

(ניט „דרך חתנות”)

בצנעא איז אַן איסור דרבנן 30 ,

און גיעולי נכרים איז אַן איסור מה”ת 31 .

ג)

די תמי’ איז נאָך שטאַרקער: וויבאַלד אַז שבור מלכא האָט סיי ווי נועץ געווען דעם סכין בקרקע

(צוליב מר יהודה),

האָט ער דאָס געקענט טאָן מיט עטלעכע רגעים פריער,

איידער ער האָט געגעבן באטי’ן פונעם אתרוג,

און דערמיט פאַרהיטן אויך באטי’ן פונעם איסור - פאַרוואָס האָט ער אָפּגעלייגט און נועץ געווען דעם סכין בקרקע ערשט נאָכן געבן צו באטי

(אַז ער זאָל דוקא עסן אַ דבר איסור)?

ה.

ויש לומר דעם ביאור בזה,

ובהקדם אַז דער איסור פונעם סכין איז געווען ניט מצד די מאכלות אסורות

(בכלל)

וואָס ער האָט בולע געווען אין בית פון שבור מלכא

- וואָרום זייענדיק אַ מלך - איז דאָך „כלום חסר לבית המלך” 32

- עס האָט ניט קיין אָרט צו זאָגן,

אַז אויף צו שניידן פירות

(אתרוג)

האָט מען גענוצט אַ סכין מיט וועלכן מ’האָט זיך באַנוצט פאַר תבשילי בשר רותח וכו’; זיכער זיינען דאָרט צוליב פירות געווען באַזונדערע סכינים,

ובמילא איז ניט געווען באַ זיי דער בולע זיין פון מאכלות אסורות -

נאָר דער סכין איז געווען אסור מצד בישולי נכרים 33

- מ’האָט גענוצט דעם סכין אויך פאַר פירות מבושלים

(וחריפים) 34

און ער האָט בולע געווען פון בישולי נכרים* 34 .

עפ”ז איז מובן דער אויפטו פון „איכא דאמרי”,

אַז שבור מלכא האָט געזאָגט „אידכר מאי עבדת באורתא”:

דער טעם האיסור פון בישולי נכרים איז

(כנ”ל)

„משום חתנות” - „בנותיהן”.

וויבאַלד אַז באטי איז געווען

(לדעת התוס’)

מותר ב„בנותיהן” - איז דאָך ביי אים ניט שייך דער איסור פון בישולי נכרים

(וואָס איז משום בנותיהן) 35 .

און אע”פ אַז מ’נעמט אָן

(כנ”ל סעיף א)

אַז דער איסור פון בישולי נכרים ווערט „כמו עצם האיסור”

(און דערפאַר בלייבט ער באיסורו אויך דאָרט וואו דער טעם אויפן איסור ווערט בטל)

- איז דאָס ניט דומה לנדו”ד,

וואָרום

(לבד זאת,

וואָס דער כלל פון „נעשה כמו עצם האיסור” איז שייך נאָר ווען מ’איז דן וועגן אַ דבר וחפץ מסוים,

אַז וויבאַלד עס האָט זיך אויף דער זאַך געלייגט דער „שם פסול”,

בלייבט עס אויף איר „בכל ענין”; משא”כ אין אַזעלכע פאַלן ביי וועלכע דער שכל איז מחייב אַז דער איסור איז מלכתחילה ניט חל אויף דער זאַך,

היות אַז דער טעם האיסור איז ביי זיי מעיקרא דדינא ניט שייך 36 .

און ווי מ’זעט בנדו”ד גופא,

אַז עס זייען דאָ כו”כ אופנים וואו עס איז ניטאָ דער איסור פון בישולי נכרים דערפאַר וואָס ביי זיי איז איבערהויפּט ניט שייך די גזירה „משום חתנות” 37

-איז נוסף לזה)

דאָס וואָס דער איסור בלייבט אויך ווען זיין

(סיבה ו)

טעם ווערט בטל,

מיינט נאָר אַז עס איז ניטאָ קיין חשש אַז די בישולי נכרים קענען דערפירן צום איסור חתנות,

אָבער דער עצם איסור חתנות איז דאָרט פאַראַן; משא”כ בנדו”ד ביי באטי,

איז דאָך ניטאָ דער איסור חתנות - האָט דאָך קיין אָרט ניט צו זאָגן,

אַז בעת דער ענין פון „חתנות”

(„בנותיהן”)

איז אַ דבר המותר,

זאָל דאָך זיין אסור דאָס

(בישולי נכרים)

וואָס קען דערפירן צו חתנות!

ועד”ז קען מען מסביר זיין דעם ענטפער פון שבור מלכא „אידכר מאי עבדת באורתא” לשיטת רש”י,

אַז באטי איז געווען אסור בנכרית

(כאָטש ער איז געווען אַן „עבד קצת”)

: וויבאַלד אַז דער איסור פון בישולי נכרים איז נאָר צו פאַרהיטן פון „בנותיהן” - האָט ער געהאַלטן אַז עס איז ניטאָ קיין טעם והכרח צו אויסהיטן באטי’ן פון דעם סייג צום איסור

(„בנותיהן”),

בעת אַז ער איז ניט אָפּגעהיט אין דעם איסור עצמו

(„בנותיהן”).

ו.

עפ”ז קען מען מסביר זיין,

לויטן ערשטן מאן דאמר,

פאַרוואָס שבור מלכא האָט ניט געזאָגט „אידכר מאי עבדת באורתא”:

אויסער דעם טעם הנ”ל אויפן איסור פון בישולי עכו”ם - „משום חתנות” -איז פאַראַן נאָך אַ טעם: „שלא יהא ישראל רגיל אצלו במאכל ובמשתה ויאכילנו דבר טמא” 38 .

ויש לומר,

אַז די צוויי מאן דאמר’ס אין גמרא זיינען פאַרבונדן מיט די צוויי טעמים,

און זיי זיינען מחולק וועלכער פון זיי איז דער טעם

(עיקרי)

: לויטן „איכא דאמרי” איז דער טעם

(עיקרי)

„משום חתנות”,

און דערפאַר פאַרענטפערט „אידכר מאי עבדתא באורתא” פאַרוואָס מ’דאַרף ניט באַוואָרענען באטי פון בישולי נכרים

(לדעת התוס’ - ווייל ער איז מותר בבנותיהן,

ולדעת רש”י -ווייל ער איז סיי ווי ניט אָפּגעהיט פון בנותיהן)

; אָבער לויטן ערשטן לשון איז דער טעם

(עיקרי)

- „שלא יהא ישראל רגיל כו’ ויאכילנו דבר טמא”,

און לגבי דעם חשש איז דער ענין פון „עבדת באורתא” ניט קיין ענטפער.

עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק,

כנ”ל,

לויטן ערשטן מאן דאמר: ווי אַזוי איז שבור מלכא’ס טענה „לא קים לי בגוי’” אַ באַרעכטיקונג צו מכשיל זיין באטי מיט אַ דבר איסור 39 ?

אויך איז נאָך ניט מבואר היטב לויטן „איכא דאמרי” לשיטת רש”י: אמת טאַקע,

אַז באטי איז ניט געווען נזהר אין „בנותיהן” און דערפאַר איז ניטאָ קיין הכרח צו פאַרהיטן אים פון דעם סייג צו בנותיהן - עס וואָלט דאָך פאָרט געווען בעסער ווען ער איז מקדים און נועץ דעם סכין בקרקע איידער ער שניידט דעם אתרוג פאַר באטי’ן

(און בדרך ממילא פאַרמיידן אים פון אַן איסור),

וויבאַלד דאָס איז ניט פאַרבונדן מיט קיין שום טרחא.

ז.

איז דער ביאור אין דעם:

דער דין 40

איז,

אַז אַ פרנס שנתמנה על הצבור טאָר ניט טאָן קיין מלאכה בפני שלשה; ומכש”כ אַז דאָס איז אַזוי ביי אַ מלך.

[ואע”פ אַז שבור מלכא איז געווען אַ נכרי - איז דאָך די הלכה,

אַ מילתא בטעמא וואָס איז בשלימותו - אויך באַ אַ נכרי ובפרט דער נכרי בהנהגתו בעצמו - און,

בכלל,

איז מען מחוייב בכבודם פון מלכי אוה”ע 41 .

ויש לומר הטעם,

אַז כבוד המלך איז א ַזאַך וואָס איז נוגע צו ישובו של עולם

(„שאלמלא מוראה

(של מלכות)

איש את רעהו חיים בלעו” 42 ),

וואָס בני נח זיינען אויך מצווה אויף דעם 43 ,

ובמילא איז דאָ דער חיוב בכבודם אויך אויף אידן].

קומט אויס,

אַז מצד כבוד מלך,

האָט שבור מלכא ניט געטאָרט 44

נועץ זיין דעם סכין בקרקע* 44

בפני באטי ומר יהודה.

און וויבאַלד אַז ווען באטי עסט דעם אתרוג

(אויך אָן נעיצה בקרקע)

וואָלט ער דערמיט ניט עובר געווען קיין איסור,

ואדרבה,

ער איז מחוייב צו עסן מצד דעם חשש פון פקו”נ,

כנ”ל סעיף ד 45

- דערפאַר האָט אים שבור מלכא געמוזט געבן דעם אתרוג אָן צו נועץ זיין פריער דעם סכין בקרקע.

עפי”ז יש לבאר די הסברה פון שבור מלכא פאַרוואָס ער האָט נועץ געווען דעם סכין בקרקע דוקא פאַר מר יהודה - ווייל „מר קים לי בגוי’”: דערמיט האָט ער ניט געמיינט אַז בנוגע מר יהודה איז ער זיכער אַז ער וועט ניט עסן אַ דבר איסור און בנוגע באטי’ן איז ביי אים אַ ספק - נאָר „קים לי בגוי’” אַז מר יהודה וועט בשום אופן ניט עסן דעם אתרוג 46

(אע”פ אַז ער מעג עס עסן מן הדין),

אפילו ווען דאָס איז פאַרבונדן מיט פקוח נפשות -

ובפרט את”ל אַז דאָ רעדט זיך וועגן רב יהודא וואָס די גמרא 47

זאָגט וועגן אים,

אַז ער איז געווען פון די „קמאי” וואָס „הוו קא מסרי נפשייהו אקדושת השם”

(אפילו ווען מ’איז ניט מחוייב אין דעם 48 )

;

ובמילא איז שבור מלכא געווען מוכרח צו נועץ זיין צוליב אים דעם סכין בקרקע 49 .

משא”כ פאַר באטי,

וואָס „לא קים לי בגוי’” - ער איז מסופק

(ניט צי ער איז בכלל פרוש פון איסורים ח”ו,

נאָר בלויז)

צי באטי וועט זיך מוסר נפש זיין אויף דעם - האָט שבור מלכא אַלס מלך,

ניט געטאָרט מוותר זיין אויף זיין כבוד און טאָן פאַר אים די מלאכה פון נעיצת הסכין בקרקע 50 .

ח.

פון דעם סיפור האָט מען אויך אַ הוראה אין עבודת ה’:

דאָ ווערט דערציילט אַז פאַר שבור מלכא זיינען געזעסן צוויי מענטשן וואָס זיינען געווען מחויב אין כבוד המלך.

איינער פון זיי איז געווען אין שרעק פאַר דעם ניט אידישן מלך און דערפאַר האָט ער געגעסן פון דער פרי וואָס שבור מלכא האָט געשניטן מיט ניט קיין כשר’ן סכין,

געפינענדיק אַ היתר אויף דעם מצד דעם טעם פון פקו”נ וכו’ -און דער איד האָט ביים מלך ניט געהאַט קיין געהערגען כבוד;

און דער צווייטער,

וואָס ביי שבור מלכא איז געווען „קים לי בגוי’” אַז ער וועט ניט עובר זיין קיין איסור אפילו ווען דאָס רירט אָן כבוד המלך ביז מס”נ - דוקא דער איד האָט ניט בלויז ניט פאַרלאָרן דעם חן ביים מלך,

נאָר אדרבה - שבור מלכא אַליין האָט מוותר געווען אויף זיין כבוד המלכות און ער האָט זיך אַליין מטריח געווען צו משמש זיין מר יהודה’ן.

דלכאורה: ער האָט דאָך געקענט אַריינרופן איינעם פון די משרתי המלך און אים הייסן נועץ זיין דעם סכין בקרקע,

אָדער אפילו זאָגן מר יהודה’ן אַליין דאָס צו טאָן?

נאָר בשעת אַ גוי דערזעט פאַר זיך אַ אידן וואָס איז אַ ירא־שמים וועלכער איז פורש מן האיסורים ביז צו מסירת נפש - דאַן באַטראַכט דער גוי פאַר אַ כבוד

(ביז - אויך כבודו של מלך 51 )

צו קענען באַדינען אים.

און ניט סתם באַדינען -נאָר אים נאָכגעבן און העלפן און אויך בגופו - אין אַלע הידורים

(וכנ”ל אַז ע”פ דין האָט מר יהודה געמעגט עסן דעם אתרוג אָן נעיצת הסכין בקרקע).

און דורך דער הנהגה ווערט דער „סיום” פון „עבודה זרה” - מ’איז מבטל דעם ענין פון עבודה זרה בעולם,

און עס ווערט „והיתה לה’ המלוכה” 52

בכל העולם כולו,

„והי’ ה’ למלך על כל הארץ” 53 ,

בקרוב ממש.

(משיחת י”ט כסלו תשל”א)

Reader controls and commentary are loading.