B"H
🏡

Ikar

דברים ד

א.

אויפן פסוק 1

„ה’ אלקי אבותיכם יוסף עליכם ככם אלף פעמים ויברך אתכם כאשר דיבר לכם” שטייט אין מדרש 2

: „א”ל ישראל,

רבינו משה הקב”ה לא נתן קצבה לברכותינו ואתה אמרת אלף פעמים,

א”ל מה שברכתי אתכם משלי ברכתי,

כשיבוא הקב”ה יברך אתכם כאשר דיבר לכם”

(- אַ ברכה וואָס האָט ניט קיין קצבה).

איז ידוע 3

די קושיא אין דעם: וויבאַלד דער אויבערשטער בענטשט מיט זיין ברכה וואָס האָט ניט קיין קצבה,

וואָס גיט דאַן צו די ברכה פון משה „יוסף גו’ אלף פעמים” - ס’איז דאָך נכלל ובטל וכו’,

מכל שכן וק”ו פון יש בכלל מאתים מנה* 3 ?

מפרשים 4

ענטפערן,

אַז דער אויפטו פון ברכת משה איז אין דעם,

וואָס ברכת הקב”ה איז נאָר דאַן ווען אידן זיינען מקיים תומ”צ,

משא”כ ברכת משה איז ניט תלוי אין קיין תנאי.

און דאָס איז מתאים 5

מיט דעם וואָס די גמרא 6

זאָגט אויפן פסוק 7

„והי’ מספר בנ”י גו’ אשר לא ימד ולא יספר”: „כאן בזמן שישראל עושין רצונו של מקום כאן בזמן שאין עושין רצונו של מקום”.

ד.

ה.

אַז אַ ברכה בקצבה

(„מספר”)

איז דאָ אפילו בזמן שאין עושין רצונו של מקום,

אָבער די ברכה פון הקב”ה וואָס איז בלי קצבה

(„לא יספר”)

איז שייך נאָר בזמן שישראל עושין רצונו של מקום.

[אָדער באופן אחר 8

: ברכת משה איז בזמן הזה,

און ברכת הקב”ה וועט זיין לעתיד לבוא.

וואָס דאָס איז בהתאם 9

מיט דעם וואָס שטייט אין מדרש 10

אַז „בעוה”ז יש להם מספר ..

אבל לעת”ל בנ”י כחול הים אשר לא ימד ולא יספר”].

אָבער פון לשון המדרש דאָ,

בפרשתנו,

איז משמע,

אַז דער חילוק צווישן די צוויי ברכות באַשטייט בלויז אין דעם,

וואָס איינע איז „משלי” און די צווייטע משל „הקב”ה” - אָבער ביידע זיינען פאַראַן אין דעם זעלבן זמן.

ד.

ה.

אַז אויך ווען עס איז דאָ ברכת הקב”ה שאין לה קצבה,

איז פאַראַן אָרט פאַרן אויפטו פון ברכת משה שיש לה קצבה.

נאָכמער - אַזוי איז מוכרח פון סתימת פרש”י דאָ,

וואָס בריינגט לשון המדרש אָן קיין 11

הוספת ביאור אין דעם,

און דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז פשוטו של מקרא,

און דאָס איז אויך מתאים מיטן פשוטו של המקרא „והי’ מספר בנ”י גו’ אשר לא ימד ולא יספר”,

וואָס דער פשט איז,

אַז עס רעדט זיך דאָ ניט וועגן באַזונדערע זמנים,

נאָר אַז עס וועט זיין „ מספר בנ”י” אין דעם זעלבן זמן ווען ס’וועט מקויים ווערן די ברכה פון „לא ימד ולא יספר”.

ב.

ע”ד ענין הנ”ל,

אַז די ברכה מוגבלת פון משה רבינו ווערט ניט בטל לגבי ברכת הקב”ה,

געפינט מען אויך אין דער ברכה „ה’ גו’ יוסף עליכם גו’” גופא - לויט ווי דער מדרש 12

טייטשט עס אָפּ: „יוסף עליכם ככם כו’ למה ברכן בלשון תוספת שתוספתו של הקב”ה יתירה מן 13

העיקר”

(און ברענגט אויף דערויף כמה דוגמאות)

;

וואָס לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד די „תוספת” ברכה של הקב”ה איז „ יתירה מן העיקר”,

היינט פאַרוואָס רופט אָן תורת אמת די פריערדיקע ברכה „ עיקר ”

(לגבי דער „תוספת”)

-לכאורה זייענדיק ווינציקער פון דער „תוספת” של הקב”ה ווערט דאָס נאָכדעם אַן ענין פון טפל און ניט עיקר?

איז דערפון גופא די הוכחה,

אַז כאָטש „תוספתו של הקב”ה” איז „יתירה מן העיקר”,

ווערט אָבער דאָס פריערדיקע ניט בטל,

און נאָכמער: עס ווערט אָנגערופן „ עיקר ” לגבי תוספתו של הקב”ה.

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַ תוספת ביאור אין דעם אויבנדערמאָנטן מאמר חז”ל אַז „כאן

(„לא ימד ולא יספר”)

בזמן שישראל עושין רש”מ כאן

(„מספר”)

בזמן שאין עושין רצונו של מקום”:

אַ ברכה בכלל קומט דאָך דוקא דורך דער עבודה פון אידן; און במילא איז פאַרשטאַנדיק,

אַז אויך די ברכה מוגבלת פון „והי’ מספר גו’”

(בדוגמת ברכת משה „יוסף גו’ אלף פעמים”)

איז פאַרבונדן מיט עבודת בנ”י 14

- נאָר דאָס איז אַן עבודה וואָס אין איר פעלט שלימות - ביז אַז די עובדים ווערן אָנגערופן „אין עושין רצונו של מקום” - בדוגמת קין וואָס האָט געבראַכט מנחה להוי’ ואדרבה - ער איז געווען דער ערשטער צו בריינגען און ערשט דערנאָך „והבל הביא גם הוא ” 15 ,

עס איז אָבער געווען „מן הגרוע”.

עד”ז -כאָטש למעלה מקרבן קין,

כמובן - איז יעדער עבודה מוגבלת,

וויבאַלד זי איז במדה ובמספר איז מען דורך איר ניט

(עושה ו)

ממשיך רצונו של מקום וואָס איז העכער פון גבול 16 .

ביז אַז מיר געפינען די צוויי ענינים - „מספר” און „לא ימד ולא יספר” אין נאָך אַ העכערער דרגא: דער אַלטער רבי 17

איז מבאר,

אין עבודת ה’ בשלימותה - „מספר” מיינט די עבודה פון קיום המצות,

וועלכע זיינען געגעבן געוואָרן „ במספר תרי”ג כו’” און „לא תוסיפו ולא תגרעו” 18

[און אַזוי האָט אויך יעדע מצוה איר שיעור והגבלה 19 ]

- אַן עבודה מוגבלת,

און „לא ימד ולא יספר” איז עבודת התשובה - אַן עבודה וואָס איז העכער פון השתלשלות און הגבלה 20 .

ד.

ווי גערעדט פריער,

איז דער פּשוט’ער פירוש פון „והי’ מספר גו’ אשר לא ימד ולא יספר”,

אַז

(דאָס זיינען ניט קיין צוויי באַזונדערע ענינים,

נאָר)

דער מספר אַליין איז אין אַן אופן פון „לא ימד ולא יספר”;

און דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צו „מספר” און „לא יספר” אין עבודת ה’,

אַז אויך דער ענין פון „מספר” איז פאַרבונדן מיטן עילוי פון „לא יספר”: כאָטש מצות זיינען במספר ובהגבלה,

איז מען דורך זיי אויך „עושין רצונו של מקום” - ממשיך דעם רצון העליון וואָס איז העכער פון גבול -„לא יספר” 21 .

[און דער אונטערשייד צווישן די צוויי סוגי עבודה איז אין דעם,

וואָס אין מצוות איז די המשכת הבלי גבול ניט מאיר בגילוי,

וויבאַלד די עבודה בגילוי איז ניט אין אַן ענין פון למעלה מהגבלה; משא”כ עבודת התשובה,

וואָס איז בגילוי

(מצד דעם אדם העובד)

אַן עבודה שלמעלה מהגבלה,

איז דאָרט בגילוי דער ענין פון „לא ימד ולא יספר” 22 ].

דער ביאור אין דעם: מצות זיינען רצונו של הקב”ה,

און פּונקט ווי דער אויבערשטער איז בלי גבול,

אַזוי איז אויך רצונו - בלי גבול.

און דערפאַר ווערט דורך מצות נמשך רצונו ית’ וואָס איז בלי גבול

(„לא יספר”)

;

און דאָס וואָס די מצות זיינען במדידה והגבלה,

איז עס ניט קיין מדידה „מבחוץ” אין דעם אור אלקי וואָס ווערט נמשך דורך מצות,

נאָר דער אויבערשטער האָט זיך אַליין כביכול מודד געווען,

אַז די המשכת הרצון האין סופי זאָל נמשך ווערן דוקא ווען מען טוט די און די פעולה מוגבלת.

און נאָכמער -ער זאָל ווערן אין אַן אופן

(מדידה)

אַז די פעולה זאָל עס קענען אויפנעמען,

כלי ואור.

- וויבאַלד דאָס איז ניט קיין מדידה פון אַ דבר שחוץ ממנו ח”ו,

נאָר וואָס א”ס ב”ה איז זיך אַליין מודד ומגביל

(בלשון החסידות: מדידה והגבלה עצמית),

איז דאָס באמת ניט קיין הגבלה 23 .

[לאידך - מוז מען האָבן די הגבלה,

וואָרום די וועלט איז דאָך אַ מציאות מוגבלת,

וואָס קען ניט מקבל זיין דעם אור אלקי הבלי גבול,

ווייל דאַן וואָלט זי בטל געוואָרן; און וויבאַלד די עבודה פון תומ”צ איז פאַרבונדן מיט דער מציאות פון וועלט,

מוז דעריבער זיין די מדידה והגבלה אין מצות].

און דאָס מיינט „והי’ מספר גו’ אשר לא ימד ולא יספר”,

אַז דער „מספר” פון מצות איז ניט קיין אמת’ע מדידה,

ווייל ס’ווערט נמשך אין זיי און דורך זיי דער בל”ג פון „לא יספר”.

ה.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד אַז דער תכלית פון מצות איז צו ממשיך זיין דעם אור אלקי וואָס האָט ניט קיין גבול,

היינט למה עשה ה’ כזאת,

אַז די עבודה זאָל זיין פאַרבונדן דוקא מיט אַ וועלט וואָס קען ניט פאַרנעמען דעם אור,

און עס זאָל דאַרפן זיין די מדידות פון מצות בכדי אַראָפּצוטראָגן דעם רצון הבלי גבול אין אַן עולם מוגבל?

איז דער ביאור אין דעם: דאָס וואָס מצות זיינען געגעבן געוואָרן למטה ובהגבלה,

איז עס ניט מצד דעם וואָס זיי מוזן נמשך ווערן למטה און דער מטה האָט דעם חסרון פון הגבלה - אַנדערש קען מען דאָ ניט אויפנעמען דעם אור הבלי גבול סיידן דורך זיין התלבשות אין דער מדידה והגבלה פון מצות -נאָר ווייל דער תכלית העילוי איז

(ניט אין דעם בלי גבול פון „לא יספר” פאַר זיך ,

נאָר)

דער חיבור פון גבול און בלי גבול,

אַז „מספר” גופא זאָל נתעלה ווערן אין „לא ימד ולא יספר”; דוקא אין דעם דריקט זיך אויס דער כח העצמות וואָס איז העכער סיי פון גבול און סיי פון בלי גבול 24 .

און דעריבער קען דאָס זיין נאָר דורך דער מדידה עצמית פון עצמות א”ס ב”ה: מצד אורות וגילויים זיינען בל”ג און גבול צוויי באַזונדערע ענינים 25

; דוקא דורך דער מדידה פון עצמות א”ס ב”ה,

קען זיין דער חיבור פון גבול און בל”ג - ע”ד „מקום ארון אינו מן המדה” 26

: דער מקום הארון מוז ע”פ תורה האָבן אַ מדידה - „אמתיים וחצי ארכו גו’” 27

- און דער מקום איז „ אינו מן המדה”.

און דאָס איז אויך וואָס ברכת משה ווערט ניט בטל אויך נאָך דעם ווען דער אויבערשטער בענטשט אידן מיט אַ ברכה שאין לה קצבה - ווייל דער תכלית הכוונה איז ניט אַז עס זאָל בטל ווערן דער ענין פון גבול,

נאָר אדרבה,

עס זאָל זיין דער חיבור פון גבול און בל”ג;

און דעריבער איז דאָ סיי ברכת משה „יוסף גו’ אלף פעמים”,

וואָס טוט אויף אַז די בריאה

(מדידה)

זאָל זיין בתכלית השלימות ביז אַז עס ווערט ריבוי פון „אלף פעמים” 28

; און דערנאָך -כשיבוא הקב”ה - איז אין דעם גופא ווערט נמשך ברכתו של הקב”ה שאין לה קצבה,

עס ווערט

(ניט נאָר אַ ריבוי וויפל עס קען זיין מצד גדרי הבריאה,

נאָר)

אַ ריבוי שאין לו קצבה.

ו.

דערמיט קען מען מבאר זיין דאָס וואָס כ”ק מו”ח אדמו”ר האָט געזאָגט,

אַז זיין פאָטער כ”ק אדמו”ר

(מוהרש”ב)

נ”ע פלעגט לפעמים רבות מוסיף זיין אין לשון המדרש 29

„נתאווה הקב”ה להיות לו דירה בתחתונים” דעם וואָרט „יתברך”

(„להיות לו ית’ דירה בתחתונים”).

דלכאורה צריך ביאור: אמת טאַקע אַז ווען מען דערמאָנט דעם אויבערשטנס נאָמען דאַרף מען אים משבח זיין* 29 ,

אָבער מ’געפינט ניט אַז ביים איבערזאָגן אַ לשון פון מאמרי חז”ל וואו עס ווערט דערמאָנט דעם אויבערשטנס נאָמען,

זאָלן כ”ק רבותינו נשיאינו צולייגן דעם וואָרט „יתברך” וכיו”ב?

מוז מען זאָגן,

אַז עס איז דאָ אַ קשר ושייכות מיוחדת צווישן דעם ענין פון „יתברך” מיט’ן ענין פון „נתאווה הקב”ה להיות לו דירה בתחתונים”.

וי”ל דעם ביאור אין דעם: דער ענין פון „דירה בתחתונים” איז כולל ביידע קצוות - „דירה” איז אַ לשון וואָס ווייזט אַז דאָ ווערט נמשך עצמותו ומהותו ית’ הבלתי בעל גבול

(ע”ד אַ דירה למטה וואו עס געפינט זיך דער אדם בכל עצמותו) 30 ,

„בתחתונים” מיינט עוה”ז „התחתון כו’ שאין תחתון למטה ממנו” 31

- תכלית הגבול.

און „דירה” - דער חיבור פון בל”ג און גבול 32 .

ווי קענען תחתונים מוגבלים ווערן אַ דירה לו - צו עצמותו ית’ הבלתי בע”ג - און דאָך בלייבן במציאותם?

איז דער ביאור אין דעם - די הוספה פון כ”ק אדמו”ר

(מוהרש”ב)

נ”ע - „יתברך”: דער ענין פון „דירה לו” ווערט מוסבר דורך’ן תוכן הענין פון יתברך,

ברכה 33 .

ז.

והביאור: דער חילוק צווישן ברכה און תפילה איז 34

- ברכה איז ממשיך דאָס וואָס עס איז דאָ אין שורש און מקור,

משא”כ תפלה טוט אויף אַ רצון חדש - „יהי רצון” - אַ נייעם ענין,

וואָס איז ניטאָ אין שורש ומקור.

דאָס איז אָבער נאָר בנוגע ברכת בשר ודם.

משא”כ בנוגע ברכת הקב”ה,

וויבאַלד דער אויבערשטער איז דאָך ניט געבונדן ח”ו מיט די מדידות והגבלות פון שורש הנברא המתברך,

האָט זיין ברכה אויך די מעלה פון תפילה: זי קען אויך אויפטאָן אַ נייעם ענין,

וואָס איז העכער פונעם שורש ומקור הנברא.

ד.

ה.

אַז אין ברכת הקב”ה זיינען דאָ ביידע קצוות: זי „דערלאַנגט” העכער פון שורש ומקור הנברא,

העכער פון השתלשלות,

און ברענגט דאָס אַראָפּ,

ברכה והמשכה

(מלמעלה למטה ),

אַז פון העכער פון השתלשלות ווערט נמשך צום נברא אין השתלשלות.

און דאָס איז דער ביאור אין דער הוספה „נתאווה הקב”ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים”: דאָס וואָס „תחתונים” קענען ווערן אַ דירה לו -לעצמותו,

ווערט מוסבר דורך דעם ענין פון ברכתו של הקב”ה ,

וואָס טוט אויף „ יתברך ”,

זי איז ממשיך פון למעלה פון סדר השתלשלות אין סדר השתלשלות 35 .

ח.

עס בלייבט נאָך אַלץ ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד דער חיבור פון גבול און בל”ג איז נאָר בכחו של הקב”ה

(וואָס איז העכער פון זיי ביידע)

-פאַרוואָס איז דאָס פאַרבונדן מיט דער עבודה פון אַ נברא ,

וואָס,

לכאורה,

זייענדיק אַן עבודה מוגבלת האָט זי

(מצד עצמה)

דעם כח צו ממשיך זיין נאָר אַן אור מוגבל?

איז דער ביאור אין דעם

(ווי גערעדט כמה פעמים 36 )

: דעם אויבערשטנ’ס רצון איז,

אַז די גילויים שלמעלה זאָלן ניט קומען אין אַן אופן פון „נהמא דכסופא” 37

; און דערפאַר זיינען אַלע המשכות,

אויך די וואָס זיינען העכער פון גדר הנבראים,

פאַרבונדן און תלוי אין עבודת האדם.

און דעריבער,

הגם אַז דער „דירה לו ית’ בתחתונים” קומט מלמעלה בדרך מתנה,

מוז אָבער זיין דער „עביד לי’ נייחא לנפשי’” 38

פון דעם נותן המתנה,

און דוקא דעמאָלט „יהיב לי’ מתנתא”.

ד.

ה.

פריער דאַרף זיין די שלימות העבודה מצד די נבראים,

און ערשט דעמאָלט ווערט צו זיי נמשך פון למעלה משורש הנבראים 39 .

וואָס דאָס איז אויך די הסברה אין דעם ענין פון ברכת כהנים,

וואָס זיי בענטשן אידן בשליחותו של הקב”ה -אַ ברכה וואָס איז העכער פון השתלשלות 40 .

דלכאורה: וויבאַלד דער אויבערשטער וויל בענטשן אידן,

איז פאַרוואָס דאַרף עס זיין דורך די כהנים,

אַז זיי זאָלן בענטשן אידן בכחו של הקב”ה - דער אויבערשטער אַליין קען דאָך זיי בענטשן?

נאָר דער ענין איז כנ”ל: די כוונה העליונה איז,

אַז אויך די ברכות והמשכות וואָס זיינען העכער פון השתלשלות,

דאַרפן נמשך ווערן דורך עבודת האדם,

דורך די „תחתונים”.

ט.

עפ”ז איז מובן,

אַז כאָטש מ’האָט ברכתו של הקב”ה,

איז אָבער דורך ברכתו של משה וואָס עס בריינגט שלימות הנבראים,

ווערט אויך די שלימות כביכול אין ברכתו של הקב”ה שאין לה קצבה

(ניט נהמא דכסופא וכיו”ב).

און דאָס איז אויך דער דיוק הלשון „תוספתו של הקב”ה יתירה מן העיקר ”: וויבאַלד די „ תחתונים ” זיינען עס ממשיך „תוספתו של הקב”ה” דורך זייער עבודה,

דעריבער ווערן זיי און זייער ברכה אָנגערופן „ עיקר ”,

ווייל זיי זיינען דער „עיקר” און סיבה עס זאָל נמשך ווערן „תוספתו של הקב”ה” 41 .

יוד.

כהנ”ל - איז אויך די „ענינים מופלאים” וואָס אין פרש”י,

וואָס בריינגט תוכן הספרי והמדרש האמור.

וואָס איז פשוטו של פרש”י

(ע”פ פשוטו של מקרא)

* 41 ?

רש”י זאָגט 42

אַז ברכתו של הקב”ה דאָ - מיינט מען די הבטחה „אשר אם יוכל איש למנות וגו’” 43

- דערמיט פאַרבינדט ער עס מיט „מי מנה” דוקא,

וואָס ווען איז דאָס - כפרש”י „כתרגומו” וואָס זמנו איז ווען „עתידין דיחסנון עלמא” 44

- לעתיד לבוא.

(משיחת ש”פ וישלח תשכ”ט)

Reader controls and commentary are loading.