א.
פון פסוק 1
„ה' אלקי אבותיכם יוסף עליכם ככם אלף פעמים ויברך אתכם כאשר דבר לכם" 2
איז רש"י מעתיק די ווערטער „יוסף עליכם ככם אלף פעמים" און איז מפרש: „מהו שוב ויברך אתכם כאשר דבר לכם,
אלא אמרו לו משה 3
אתה נותן קצבה לברכתנו,
כבר הבטיח הקב"ה את אברהם 4
אשר אם יוכל איש למנות וגו' 5 .
אמר להם זו משלי היא אבל הוא יברך אתכם כאשר דבר לכם".
דער מקור פון דעם פירוש רש"י איז פון ספרי 6
און מדרש 7 .
אין ספרי שטייט: „אמרו לו רבינו משה אי אפשי לנו שתברכנו,
הקב"ה הבטיח את אברהם אבינו אמר והרביתי את זרעך ככוכבי השמים 8
ושמתי את זרעך כעפר הארץ 4 ,
ואתה נותן קצבה לברכתינו.
משל למלך כו' אמר להם משה לישראל ה' אלקי אבותיכם יוסף עליכם ככם אלף פעמים זו משלי יש לכם ויברך אתכם כאשר דבר לכם כחול ימים וכצמחי אדמה 9
וכדגי הים וכוכבי השמים לרוב".
(דער מדרש זאָגט: „כך אמרו לו ישראל רבינו משה הקב"ה לא נתן קצבה לברכותינו ואתה אמרת אלף פעמים.
אמר להם מה שברכתי אתכם משלי ברכתי כשיבוא הקב"ה יברך אתכם כאשר דבר לכם").
ווי מ'לערנט אויבנאויף דעם פשט אין פירוש רש"י,
ווי אויך אין ספרי און מדרש,
איז די טענה פון אידן געווען: די ברכה פון דעם אויבערשטן איז בלי קצבה,
אַז אידן וועלן זיין במספר אָן אַ גבול 10 ,
פאַרוואָס בענטשט זיי משה מיט אַ ברכה
(„ככם אלף פעמים")
וואָס האָט אַ קצבה,
אַ הגבלה.
לפי"ז איז אָבער ניט מובן: א)
פאַרוואָס איז רש"י משנה און הויבט אָן מיט דער שאלה אויפן כפל הברכה אין פסוק – „מהו שוב ויברך אתכם כאשר דבר לכם" – און ניט מיט מפרש זיין די טענה פון אידן צו משה,
ווי אין ספרי און מדרש?
ובפרט אַז עס איז ניט דרכו של רש"י בפירושו צו אויסטייטשן די שוועריקייט אין פסוק,
נאָר גלייך מיט דעם פירוש אין דברי הכתוב,
וכמדובר כמ"פ.
ב)
אפילו ווען עס וואָלט ניט געווען די קושיא „מהו שוב כו'" – מוז מען זאָגן „זו משלי היא כו'",
כדי עס זאָל ניט זיין בסתירה צו די ברכות פריער „אשר אם יוכל גו'".
ג)
פאַרוואָס זאָגט רש"י אַז די הוכחה אינעם „אמרו לו" איז פון דער הבטחת הקב"ה „אשר אם יוכל איש למנות וגו'" ניט ווי אין ספרי וואָס די ראי' ווערט געבראַכט פון התחלת ההבטחה „ושמתי את זרעך כעפר הארץ" 11
(נוסף אויף דעם „והרביתי את זרעך ככוכבי השמים")?
ד)
וויבאַלד אַז רש"י באַוואָרנט נאָר דעם ענין הקצבה פון „אלף פעמים",
פאַרוואָס איז ער מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער „יוסף עליכם ככם" 12 ?
ב.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין – ועיקר: וואָס מפרשים פרעגן: 13
וואָס גיט צו די ברכה פון משה רבינו – די ברכה פון „אלף פעמים" איז דאָך נכלל און בטל אין דער ברכה פון דעם אויבערשטן
(„אשר דבר לכם") 14
וואָס איז בלי גבול וקצבה?
(ובמכש"כ וק"ו פון דעם כלל הידוע – יש בכלל מאתיים מנה 15 )?
מפרשים פאַרענטפערן די קשיא: א)
ברכת 16
הקב"ה,
איז פאַרבונדן מיטן תנאי און זי קומט נאָר ווען אידן זיינען מקיים תומ"צ,
משא"כ ברכת משה איז ניט אָפּהענגיק אין קיין תנאי; אָדער,
ב)
ברכת 17
משה איז חל בזמן הזה און ברכת הקב"ה וועט זיין לעתיד לבא.
אָבער די תירוצים 18
זיינען מתאים נאָר לויטן ספרי און מדרש: דער ספרי ברענגט אַ „משל למלך שהיו לו נכסים הרבה והי' לו בן קטן והי' צריך לצאת למדינת הים אמר אם אני מניח את נכסי ביד בני הוא עומד ומבזבז אותם אלא הריני ממנה אפוטרופא עד שיגדל משהגדיל הבן ההוא כו' א"ל כל מה שנתתי לך לא נתתי אלא משלי אבל מה שהניח לך אביך הרי הוא שמור לך",
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק 19
אַז די ברכה פון אויבערשטן איז ניט אין זעלבן זמן
(און אין זעלבן מעמד ומצב פון בן)
ווען עס טוט זיך אויף די ברכה פון אפוטרופא – משה; און אַזוי איז אויך מובן פון לשון המדרש אין דעם משל „ כשיבוא המלך" און אין נמשל „ כשיבוא הקב"ה",
אַז די צוויי ברכות זיינען אין צווי באַזונדערע זמנים.
אָבער אין פרש"י,
וואָס איז מפרש פשוטו של מקרא,
און ער זאָגט סתם „זו משלי אבל הוא יברך אתכם כאשר דבר לכם" און איז אפילו ניט מרמז אויף איינעם פון די אויבנדערמאָנטע ביאורים* 19 ,
איז מובן אַז עס איז דאָ אַ הסברה פשוטה בזה,
לויט פירוש רש"י,
וואָס רש"י דאַרף איר אפילו ניט מרמז זיין.
ג.
דער ביאור בזה: לפי פשש"מ
(ואפילו ע"ד הדרוש פון ספרי ומדרש)
איז קיין קשיא ניט פאַרוואָס משה איז מגביל די ברכה „אלף פעמים" בשעת דעם אויבערשטנ'ס ברכה איז געווען אַז עס וועט ניט זיין קיין גבול וקצבה צו זייער מספר – וואָרום אַ מענטש,
ווי גרויס ער איז,
איז ער דאָך אַלץ אַ נברא מוגבל.
ולהעיר מהמבואר בארוכה אין ספרי חקירה 20
אַז פון מוגבל'דיקע זאַכן קען זיך ניט צוזאַמענקלייבן אַ ריבוי וואָס איז בלי גבול ומספר ממש.
ולדוגמא דער המשך פון זמן קען ניט זיין אָן אַ סוף וגבול,
וויבאַלד אַז זמן איז צונויפגעשטעלט פון רגעים שעות ימים כו',
וועט דאָך אויסקומען אַז איין בל"ג איז גרעסער פון אַ צווייטן בל"ג
(דער בל"ג פון שעות,
וואָס יעדער שעה אַנטהאַלט פיל רגעים – לגבי בל"ג פון רגעים.
וכיו"ב)
– און עס קען ניט זיין איין בל"ג גרעסער פון אַ צווייטן בל"ג 21 .
עיי"ש ואכ"מ.
ד.
בכלל,
בפשטות רעדט זיך אין ספרי און מדרש
(ניט וועגן בלי גבול ממש,
נאָר)
וועגן אַ מספר גדול ביותר 22 .
די ברכה פון אויבערשטן „והרביתי את זרעך ככוכבי השמים ושמתי את זרעך כעפר הארץ"
(ניט דערמאָנענדיק קיין מספר),
מיינט אַז זיי וועלן זיין אין אַזאַ ריבוי 23
מופלג 24
אַז אַזאַ מספר איז גאָר שווער צו ציילן 25 ,
וע"ד חול הים
(וואָס איז די הבטחה צו אברהם אבינו 26
„כחול אשר על שפת הים" און ווי ער פירט אויס אויך דאָ אין ספרי „כחול ימים")
האָט דאָך אַ מספר,
אָבער זיין מספר איז אין אַזאַ ריבוי מופלג אַז מ'ציילט אים ניט „אשר לא יספר מרוב " 27
:
און ווי עס איז מוכרח ביי „ויצבר 28
יוסף בר כחול הים הרבה מאד עד כי חדל לספור כי אין מספר",
כאָטש ס'איז מובן אַז דער „אוכל שבע שנים" וואָס יוסף האָט צונויפגעזאַמלט און „נתן בתוכה" איז געווען בגבול,
נאָר עס איז געווען בריבוי מופלג,
און דערפאַר חדל לספור „הסופר לספור" „כי אין מספר" פון די מספרים וואָס – ציילערס נוצען 29 .
און דאָס איז געווען
( לויטן ספרי ומדרש )
די טענה צו משה'ן „אלף פעמים" איז „קצבה לברכתנו",
ער איז מגביל זייער ברכה,
עס איז אַ סך אַ קלענערע צאָל ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט,
„אלף פעמים" ציילט מען.
אָבער אין פשש"מ איז דאָס ניט אַ
(זאַ)
קשיא,
ווייל אלף פעמים פון דעם מספר פון אידן דאַמאָלס איז אַ ריבוי מופלג ביותר .
דעריבער הויבט ניט אָן רש"י ע"ד ווי אין ספרי ומדרש מיט „אמרו לו",
וויבאַלד אָבער אין פסוק שטעלט זיך די שאלה „מהו שוב ויברך אתכם כאשר דבר לכם",
איז דאָס מכריח – „ אלא – אמרו לו כו'",
כדלקמן.
ה.
אידן זיינען דעמאָלט געווען ששים ריבוא 30
הגברים בני עשרים 31
עד ששים שנה 32 ,
דערצו קומט צו גברים עד בני כ' און למעלה מששים און נשים וטף,
וועט דער חשבון זיין לכה"פ אַרום צוויי מיליאָן 33
; „אלף פעמים" דער מספר,
וועט זיין בערך צוויי ביליאָן! איז אין פשש"מ לייגט זיך ניט אַז מ'זאָל אויף דעם קומען מיט אַ טענה היתכן אַז איין פאָלק – ציילט נאָר צוויי ביליאָן.
ועוד וג"ז עיקר – ס'איז רגיל אַז מיט „אלף פעמים" מיינט מען ניט בדיוק אלף,
נאָר אַ ריבוי פעמים ככה,
כולל אויך מער ווי אלף 34 ,
און אַזוי קען מען אויך מפרש זיין בפשטות בדברי משה 35 .
ובפרט אַז דער ריבוי פון אידן וואָס קען זיין על פני היבשה,
איז דאָך ניט אַ ריבוי ווי כוכבי השמים און עפר הארץ
(און חול הים),
וואָרום דער שטח היבשה פון כדור הארץ האָט אַ מדה מסוימת
(„שיתא אלפי פרסי הוי עלמא" 36 )
און מקומו של אדם ד' אמות 37 ,
קען מען אויסרעכענען און משער זיין 38
וויפל מענטשן קענען זיך געפינען אוף דעם גאַנצן שטח היבשה* 38
פון כדור הארץ.
ובפרט נאָך אַז עס זיינען פאַראַן און עס וועלן זיין
(אויך לעת"ל)
אויך אַנדערע אומות,
און בע"ח,
בתים,
שדות וכרמים וכו' – ועוד ועיקר – אידן איז זייער ריכטיגער אָרט
(לויט תורה)
אין ארץ ישראל 39 ,
איז דאָס טאַקע ארץ הצבי* 39
אָבער אַלץ נאָר אַ טייל פון דער גאַנצער יבשה 40 .
איז דאָך מובן אַז דער מספר וויפל מענטשן 41
עס קענען זיך געפינען אין דעם שטח כדור הארץ 42 ,
איז עס אַ סך קלענער פון דעם ריבוי מופלג פון עפר הארץ,
און חול הים
(ובפרט אַלע צוזאַמען)
* 42 .
איז בפשש"מ „יוסף עליכם ככם אלף פעמים" ניט בסתירה צו ברכות הקב"ה הנ"ל – וואָרום דער ריבוי פון ברכות הקב"ה איז געזאָגט געוואָרן בדרך השאלה 43 ,
ניט ממש 44
ווי כוכבי 45
שמים 46 ,
עפר הארץ 47
(און חול הים) 48 ,
און לאידך קען אויך אלף פעמים הייסן
(בהשאלה)
בלי מספר.
וויבאַלד אָבער עס שטייט נאָכאַמאָל „ויברך אתכם כאשר דבר לכם",
איז מוכח אַז משה האָט דאָס געמוזט מוסיף זיין אַלס ענטפער אויף אַ טענה ושאלה פון אידן.
דעריבער זאָגט רש"י אַז אידן האָבן געזאָגט „משה אתה נותן קצבה לברכתנו כבר הבטיח הקב"ה את אברהם אשר אם יוכל איש למנות וגו'".
ו.
אויפן פסוק „אשר אם יוכל איש למנות" זאָגט רש"י „כשם שאי אפשר לעפר להמנות כך זרעך לא ימנה".
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק אַז ברכת ה' איז געווען ניט אַז זיי זאָלן זיין אַזויפיל וויפל ס'איז דאָ עפר הארץ,
נאָר אַז מפני הריבוי מופלג וועלן זיי ניט געציילט ווערן פּונקט ווי עפר ווערט ניט געציילט 49 .
און דאָס איז געווען די שאלה פון אידן „אתה נותן קצבה לברכתנו": וויבאַלד דער אויבערשטער האָט מבטיח געווען אַז ס'וועט זיין אַזאַ ריבוי וואָס ס'איז ניט רגיל כלל אַז מ'זאָל עם ציילן,
„זרעך לא ימנה" – ווי אַזוי קומט משה און זאָגט אַ מנין „ככם אלף פעמים ",
אַז זיי וועלן יע געציילט ווערן 50 .
ואע"פ אַז „ככם אלף פעמים" קען מיינען אַ ריבוי עצום
(און ווי גערעדט פריער אַז עס קען מיינען
(דרך גוזמא)
אפילו מער ווי אלף פעמים ככה)
– איז עס פאָרט אַן ענין פון קצבה,
זיי ווערן געציילט און געמאָסטן מיט אַן ערך ויחס צו דעם מספר וואָס זיי זיינען דעמאָלט געווען,
„ ככם אלף פעמים ".
און דאָס איז דער חילוק צווישן ספרי ומדרש און פרש"י: לויטן ספרי
(ומדרש)
איז די טענה צו משה'ן „אתה נותן קצבה לברכתנו" אַז משה זאָגט אַ סך אַ קלענערן מספר וויפל אידן עס וועלן זיין לגבי דעם ריבוי מולג פון דעם אויבערשטנ'ס ברכה אַז זיי וועלן זיין ככוכבי השמים און כעפר הארץ 23
(וואָס דעריבער ברענגט ער אין ספרי פריער,
דעם
(שפעטערדיקן)
פסוק „והרביתי את זרעך ככוכבי השמים " צו מבאר זיין אַז אויך דער פסוק „ושמתי את זרעך כעפר הארץ" מיינט מען דאָס דער ריבוי מופלג שבזה 51 ).
לויט רש"י אָבער איז די טענה „אתה נותן קצבה לברכתנו" ניט אויפן כמות המספר נאָר דאָס וואָס ער זאָגט אויף זיי אַ מספר בשעת דער אויבערשטער האָט מבטיח געווען אַז זיי וועלן זיין ניט בגדר מספר.
דעריבער ברענגט ער
(ניט דעם פסוק כוכבי השמים,
אָדער כחול הים 52 ,
וואָס ביי זיי איז שייך אַ גדר מספר כנ"ל 53 ,
נאָר)
דעם פסוק „אשר אם יוכל איש למנות וגו'" 54 ,
כנ"ל.
ז.
אויף דעם איז משה'ס ענטפער „זו משלי היא אבל הוא יברך אתכם כאשר דבר לכם": די ברכה וואָס ער גיט איז אויך יוסף
( ה' ),
די ברכה וואָס דער אויבערשטער גיט,
וויבאַלד אָבער די ברכה איז „משלי",
ער זאָגט דאָס,
ווערט די ברכה פון עם געזען
(ובמילא אויך געזאָגט)
מיט אַ קצבה; „אבל הוא יברך אתכם כאשר דבר לכם",
די ברכה וועט מקוים ווערן ווי דער אויבערשטער בענטשט „כאשר דבר לכם",
אַז „אשר אם יוכל איש למנות וגו'".
און די הסברה אין דעם איז אויך מבואר אין דעם לשון „יוסף עליכם ככם ": משה,
וויבאַלד ער איז אַ בשר ודם 55
אַ מוגבל במקום און אין אַ זמן מסוים,
קען ער זיך ניט „אויסטאָן" פון גבול,
פון דעם מספר אידן „ככם" וואָס ער זעט פאַר די אויגן,
און בענטשט זיי – זיין ברכה איז „ יוסף עליכם ככם " 56
; משא"כ די ברכה פון אויבערשטן,
וואָס ער איז ניט באַגרענעצט כלל – אין זיין הבטחה
(צו אברהם'ען)
„אשר אם יוכל איש למנות וגו' גם זרעך ימנה",
ער זעט זיי דעמאָלט ווי זיי וועלן זיין אין דעם מצב „אשר אם יוכל איש למנות וגו'".
דוגמא
(אבל לא – ממש)
לדבר: די עשרת הדברות האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו די אידן בדיבור אחד און דערנאָך זיינען אויך געווען די זעלבע עשרת הדברות כל דבור ודבור בפני עצמו 57 .
ח.
מיינה של תורה בפרש"י:
ס'איז מבואר אין כתבי האריז"ל 58
(וואָס מוצש"ק זה,
ה' מנחם־אב 59
איז זיין יאָרצייט)
אין דעם מאמר הנ"ל וואָס משה האָט געזאָגט „ע"כ משלי מכאן ואילך ויברך אתכם כאשר דבר לכם" – „כי משה בג' א־ל שד"י",
און ווען די אותיות זיינען מלאים
(„כזה אל"ף למ"ד שי"ן דל"ת יו"ד עם הכולל")
„יעלו בגי' אלף והיא האלף של בינה",
און כחו של משה איז געווען „עד אימא ולכן ברכם באלף פעמים",
און דעריבער זאָגט ער „ע"כ משלי מכאן ואילך ויברך אתכם מבחי' אבא עילאה".
אויך אין דעם זעט מען די התאמה פון פשש"מ מיט פנימיות התורה:
וי"ל די הסברה בזה: דער ענין פון בלי קצבה
(ווי דאָס איז לפי' הספרי והמדרש)
כאָטש אַז דאָס מיינט ניט בלי מספר בפועל,
נאָר בהשאלה כנ"ל,
איז אָבער דער ענין פון „אין מספר" אפילו בהשאלה,
וויבאַלד עס שטייט אין תורת אמת,
אַן ענין אמיתי,
ד.
ה.
אַז דאָס וואָס מ'זאָגט אַז אידן וועלן זיין ככוכבי השמים כעפר הארץ וכחול הים אַ ריבוי וואָס „לא יספר מרוב" איז עס ווייל בשרשו נעמט זיך דער לא יספר פון בלי מספר האמיתי,
נאָר ווי דאָס ווערט נמשך בעולם
(וואָס איז מוגבל )
קומט דאָס אַראָפּ באופן של „לא יספר מרוב ".
ד.
ה.
די הגבלה און מספר אין דעם וואָס אידן זיינען ככוכבי השמים כעפר הארץ וכחול הים איז ניט מצד עצמם וענינם,
נאָר מצד דעם וואָס זיי זיינען אַראָפּגעקומען בעולמות ביז בעוה"ז,
אָבער באמיתית ובפנימיות איז ענינם
(שרשם למעלה –)
בלי מספר האמיתי 60 .
ועפ"ז קומט אויס,
לויט ספרי והמדרש,
אַז דער ריבוי מופלג ביי אידן ככוכבי השמים כעפר הארץ וכחול הים וואָס „לא יספר מרוב",
נעמט זיך דאָס פון בחי' בל"ג למעלה,
פון עולמות א"ס העכער פון אצילות.
און ריבוי בהגבלה וואָס אויך בלשון בנ"א ווערט דאָס אָנגערופן „מספר",
שרשו למעלה בבחי' גבול,
ע"ס דאצילות 61 .
ט.
אויך ווען עס רעדט זיך וועגן אידן ווי זיי זיינען ניט בריבוי מופלג כ"כ ווי לדעת רש"י,
איז דאָ אַ חילוק צווישן ברכת משה און ברכת הקב"ה: עס הערט זיך די הגבלה ומספר שבהם
(ברכת משה),
אָדער די הגבלה הערט זיך ניט אָן – בדוגמת עפר הארץ
(ברכת הקב"ה)
כנ"ל.
און וויבאַלד אַז אַלע ענינים האָבן אַ שורש למעלה,
איז פאַרשטאַנדיק אַז דער שורש פון די צוויי ענינים למעלה איז פון אַזאַ מדריגה וואו עס איז דאָ כלי
(אצילות),
וואָס דאָרט הויבט זיך אָן דער ענין ההתחלקות וההגבלה ובמילא – מספר 62 .
און דערפאַר ווערט דאָס נמשך אויך למטה אין הגבלה ומספר בפועל
(אויך בלשון בנ"א).
[משא"כ ווי דער שורש איז מבחי' האור שלמעלה מכלים,
ד.
ה.
פון אַן אָרט וואו ס'איז ניטאָ קיין כלים,
ווערט פון דעם נמשך אויך למטה אַן ענין פון בלי מספר 63
(לפ"ע העולם),
אַ ריבוי ככוכבי השמים כעפר הארץ וכחול הים].
דער חילוק צווישן די צוויי אופנים איז,
צי ס'הערט זיך אָן דער ענין הכלים אָדער עס הערט זיך ניט אָן.
עפ"ז קומט אויס,
אַז ברכת הקב"ה לויטן פירוש הספרי והמדרש איז מבחי' הכתר,
וואו ס'איז ניטאָ קיין כלים,
משא"כ ברכת הקב"ה לויט פרש"י איז פון בחי' חכמה,
וואָס דאָרטן זיינען דאָ כלים 64
נאָר זיי הערן זיך ניט אָן,
זיי זיינען בטל צום אור,
וואָס דערפאַר ווערט חכמה בכלל,
אויך די כלים שבה,
אָנגערופן חיוהי – אורות 65 ,
און ברכת משה וואו ס'הערט זיך אָן דער ענין ההגבלה ומספר,
איז מבחי' בינה 64 ,
וואָס דאָרטן הערט זיך אָן דער ענין הכלי 65 .
און דורך דעם לימוד אין תורה אין די ביידע אופנים – פשט
(ובכלל – נגלה דתורה),
וואָס ענינו בכללות איז „מספר" 66
שבתורה,
און פנימיות התורה,
תורתו של האריז"ל
(וואָס ווי דער אריז"ל האָט געזאָגט 67
דדוקא בדורות אלו האחרונים מותר ומצוה לגלות זאת החכמה און וואָס בימינו נתגלתה בתורת החסידות ובאופן שיתפרנסון 68
מיני',
חסידות חב"ד),
וואָס איז בכללות דער אין סוף שבתורה,
העכער פאַר גדר מספר 69 ,
און אין אַן אופן פון תורה אחת,
וועט מען זוכה זיין צום זמן פון „והי' מספר בנ"י גו' אשר לא ימד ולא יספר " 70
וואָס וועט זיין לעת"ל,
ובקרוב ממש.
(משיחת ש"פ דברים תשל"ו)