א.
אויפן פסוק 1
„והורשתם את הארץ וישבתם בה כי לכם נתתי את הארץ לרשת אותה",
זאָגט דער רמב"ן: „על דעתי זו מצות עשה היא יצוה אותם שישבו בארץ וירשו אותה כי הוא נתנה להם ..
ומה שהפליגו רבותינו במצות הישיבה בארץ ישראל ושאסור לצאת ממנה ..
בכאן נצטווינו במצוה הזו".
נאָך מער: אין זיינע השגות והשלמה צו ספר המצות להרמב"ם רעכנט עס דער רמב"ן אַריין אין מנין המצות 2
אַלס אַ באַזונדערע מצוה
(ניט ווי שיטת הרמב"ם).
און ער איז מאריך אין דעם און זאָגט,
אַז דאָס איז דער טעם וואָס די גמרא 3
זאָגט „כל היוצא 4
ממנה
(פון ארץ ישראל)
ודר בחוצה לארץ יהא בעיניך כעובד ע"ז שנאמר 5
כי גרשוני היום מהסתפח בנחלת ה' גו'".
און כאָטש דער רמב"ם רעכנט ניט ישוב הארץ כו' אין מנין המצות,
און ער זאָגט בכלל ניט אַז דאָס איז אַ מצוה 6 ,
פונדעסטוועגן געפינט מען אין רמב"ם כמה הלכות 7
אין דעם איסור אַרויסצוגיין פון ארץ ישראל אין חו"ל 8 ,
און צווישן זיי אויך די הלכה 9
: „לעולם ידור אדם בארץ ישראל אפילו בעיר שרובה עכו"ם ואל ידור בחוצה לארץ ואפילו בעיר שרובה ישראל,
שכל היוצא לחוצה לארץ כאילו עובד ע"ז,
שנאמר כי גרשוני היום מהסתפח בנחלת ה' לאמר לך עבוד אלקים אחרים".
ב.
צו פאַרשטיין שיטת הרמב"ם דאַרף מען פריער מבאר זיין דעם המשך וסיום דברי הרמב"ם אין דער אויבנדערמאָנטער הלכה:
„כשם שאסור לצאת מהארץ לחו"ל כך אסור לצאת מבבל לשאר הארצות שנאמר 10
בבלה יובאו ושמה יהיו".
דער מקור פון דער הלכה איז
(ווי דער כס"מ איז מציין)
אין מס' כתובות וואו די גמרא ברענגט צוויי מימרות פון ר"י: „א"ר יהודא כל העולה מבבל לא"י עובר בעשה שנאמר בבלה יובאו ושמה יהיו עד יום פקדי אותם" 11
; און נאָכדעם ווערט דאָרט געבראַכט 12
: „א"ר
יהודא אמר שמואל כשם שאסור לצאת מא"י לבבל כך אסור לצאת מבבל לשאר הארצות".
זיינען ידוע 13
די שאלות אין דעם:
א)
ווי איז דער רמב"ם כולל ביידע מימרות פון גמרא צוזאַמען - די ראי' פון פסוק
(„בבלה וגו'")
בריינגט דאָך ר"י אין דער ערשטער מימרא לגבי דעם איסור יציאה פון בבל אין א"י,
און דער רמב"ם בריינגט עס ביים איסור יציאה פון בבל לשאר ארצות
(וואָס דאָס איז די צווייטע מימרא פון ר"י 14 )?
לפי"ז ווערט קשה ממ"נ: אויב מיט זיין לשון „אסור לצאת מבבל לשאר הארצות" מיינט דער רמב"ם כולל זיין אויך א"י 15
(ווי דער כס"מ זאָגט),
ווייל ער לערנט אַז „בבלה יובאו וגו'" קומט ממעט זיין אַלע ארצות - איז ניט מובן וואָס איז דער אויפטו אין גמרא פון דער צווייטער מימרא פון ר"י
(בשם שמואל)
וואָס אסר'ט „לצאת ..
לשאר ארצות" אויף דער ערשטער מימרא פון ר"י
(בסתם)
וואָס ער לערנט אַרויס דעם איסור לצאת מבבל לא"י פון פסוק „בבלה וגו'" - וויבאַלד אַז משמעות הכתוב איז כולל סיי א"י און סיי שאר ארצות 16 ?
און אויב דער לימוד פון „בבלה וגו'" אין דער ערשטער מימרא דר"י איז ממעט נאָר די עלי' פון בבל אין א"י און ניט יציאה לשאר ארצות און די צווייטע מימרא,
וואָס טוט אויף דעם איסור „לצאת מבבל לשאר ארצות",
מיינט נאָר שאר ארצות און ניט א"י 17
- האָט דאָך דער רמב"ם געדאַרפט זאָגן: אָדער
(דעם לשון פון דער ערשטער מימרא דר"י)
„כך אסור לצאת מבבל לא"י " 18 ,
אָדער,
וויבאַלד ער זאָגט „לשאר הארצות" ווי די צווייטע מימרא,
האָט ער ניט געדאַרפט בריינגען דעם לימוד פון פסוק „בבלה וגו'" 19 ?
ב)
ס'איז לכאורה אַ סתירה אין דברי הרמב"ם גופא: פון התחלת הדין „ כשם שאסור לצאת מהארץ לחו"ל כך אסור לצאת מבבל כו'" איז משמע אַז דער איסור יציאה מבבל איז מצד הסברא -מצד דער זעלבער סברא וואָס „אסור לצאת מהארץ" - דערנאָך איז ער מסיים „שנאמר בבלה יובאו",
ד.
ה.
אַז דער איסור איז ניט מצד אַ סברא
(כשם - כך),
נאָר מצד דעם פסוק,
וואָס ער האָט ניט קיין שייכות צו דער יציאה מא"י לחו"ל.
ג)
בעצם הענין: ווי בריינגט דער רמב"ם פון „בבלה יובאו" אַ ראי' אַז אידן טאָרן ניט אַרויסגיין פון „בבל לשאר הארצות" בעת דער פסוק רעדט גאָר וועגן די כלי שרת,
און ווי עס איז מוכח אויך פון גמ' 20 ,
וואָס דעריבער ברענגט ר"י אַ צווייטן פסוק 21 .
ג.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין כמה דיוקים אין לשון הרמב"ם וואָס ער איז משנה פון לשון הגמרא:
א)
אין גמרא איז דער לשון „כשם שאסור לצאת מארץ ישראל ",
און דער רמב"ם שרייבט „מהארץ".
און מ'קען ניט זאָגן אַז דאָס איז צוליב קיצור הלשון,
וואָרום אין דער הלכה 22 ,
און אַזוי אויך אין די פריערדיקע הלכות 23 ,
זאָגט ער כמה פעמים דעם לשון ארץ ישראל.
ב)
אין גמרא שטייט „כשם שאסור לצאת מארץ ישראל לבבל ",
און לשון הרמב"ם איז „מהארץ לחוצה לארץ ".
ג)
די גמרא ברענגט אויך דעם המשך פון פסוק „
(בבלה יובאו ושמה יהיו)
עד יום פקדי אותם נאום ה'",
און דער רמב"ם ברענגט נאָר התחלת הכתוב „בבלה יובאו ושמה יהיו".
ד.
דער ביאור בכל זה:
אין דעם טעם פון איסור יציאה מבבל לשאר ארצות געפינט מען צוויי דעות: דער רמב"ם ברענגט אויף דעם דעם פסוק „בבלה יובאו",
און רש"י זאָגט „לפי שיש שם ישיבות המרביצות תורה תמיד" 24 .
די נפק"מ צווישן זיי איז: לויט דעת רש"י איז דער איסור יציאה חל נאָר כל זמן ס'זיינען דאָ ישיבות אין בבל,
אָבער ווען עס ווערן דאָרט בטל די ישיבות מעג מען אַרויסגיין פון דאָרט; דאַקעגן לדעת הרמב"ם,
אַז דאָס איז מצד דעם פסוק „בבלה יובאו",
איז משמע אַז דער איסור איז דאָ אַלעמאָל.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין,
דער פסוק רעדט דאָך וועגן דעם זמן פון גלות ראשון,
וואָס דעמאָלט זיינען די אידן פאַרטריבן געוואָרן אין גלות בבל,
אָבער דער גלות בחורבן ביהמ"ק השני איז דאָך ניט געווען לבבל - איז פאַרוואָס זאָל דער איסור בבלה יובאו זיין אויך באַ דעם גלות,
וואָס ער איז גאָר גלות אדום?
תוס' 25
ענטפערט אויף דעם: „י"ל דבגלות שני נמי קפיד קרא".
אָבער דאָס גופא פאָדערט ביאור: לכאורה,
פון וואַנעט איז די הוכחה אַז אויך בגלות שני
(חאָטש ער איז ניט „בבלה")
נמי קפיד קרא 21 ?
נאָכמער איז ניט מובן לויט'ן פירוש פון כס"מ,
אַז מיטן איסור „לצאת מבבל לשאר הארצות" מיינט דער רמב"ם אויך ארץ ישראל - מ'געפינט דאָך אַז כמה אמוראים 26
האָבן עולה געווען מבבל לארץ ישראל 27
;
ביז אַז רבותיו של ר"י
(בעל המימרא),
רב ושמואל 28 ,
האָבן פריער געלערנט אין בבל,
פון דאָרט עולה געווען אין ארץ ישראל און שפּעטער זיך צוריקגעקערט אין בבל 29 ,
וואָס לכאורה,
ע"פ כהנ"ל,
האָבן זיי פריער ניט געטאָרט עולה זיין פון בבל אין ארץ ישראל,
און דערנאָך ניט געטאָרט יוצא זיין פון ארץ ישראל לבבל.
ס'איז שווער צו זאָגן אַז די אַלע וואָס האָבן עולה געווען לא"י,
ובפרט רב ושמואל,
האַלטן ניט ווי ר"י
(צי ווי ר"י אמר שמואל ) 30 ,
און אויך - אַז אעפי"כ פּסק'נט דער רמב"ם 31
„כשם שאסור לצאת מהארץ לחוצה לארץ כך אסור לצאת מבבל לשאר הארצות".
ה.
נקודת הביאור בזה:
אין דעם וואָס א"י איז אויסגעטיילט פון אַלע ארצות זיינען בכלל דאָ צוויי ענינים: א)
דאָס וואָס דער מדרש 32
זאָגט: „חביבה א"י שבחר בה הקב"ה"; ב)
דאָס וואָס ארץ ישראל איז אַן ארץ קדושה,
ווי ער זאָגט אין מכילתא 33
אַז „עד שלא נבחרה ארץ ישראל היו כל הארצות כשרות לדברות משנבחרה ארץ ישראל יצאו כל הארצות" 34 .
און אין די צוויי ענינים באשטייט די שייכות פון אידן מיט א"י: א)
מצד בחירת הקב"ה - וכמרז"ל „בחר בארץ ישראל כו' ובחר לחלקו ישראל כו' אמר הקב"ה יבואו ישראל שבאו לחלקי וינחלו את הארץ שבאה לחלקי" 35 .
ב)
מצד קדושה וואָס איז דאָ אין ביידן,
אין א"י און אין די אידן,
וואָס זיי זיינען אַן „עם קדוש" 36 .
דער אונטערשייד צווישן די צוויי ענינים דריקט זיך אויך אויס
(צווישן אַנדערע)
אין דעם נאָמען פון דער לאַנד: מצד דער קדושה ווערט זי אָנגערופן „ארץ ישראל" דוקא,
שולל „ארץ כנען " וכיו"ב,
וואָרום די קדושה האָט ניט קיין שייכות לארץ כנען ; דאַקעגן מצד בחירת הקב"ה בארץ ישראל מוז זי ניט אָנגערופן ווערן דוקא „ארץ ישראל",
מ'קען איר אָנרופן אויך „ארץ כנען " 37 ,
וכיו"ב,
וואָרום די בחירה פון אויבערשטן איז געווען „ כשברא
(הקב"ה)
העולם חלק הארצות לשאר האומות ובחר בארץ ישראל".
לויט דעם קומט אויס אַז אויך אין דעם איסור יציאה פון ארץ ישראל זיינען דאָ צוויי ענינים: א)
מצד קדושת הארץ 38
(וואָס דאָס איז אויך נוגע לקיום המצות התלויות בארץ 39 ),
ב)
מצד דער בחירה פון אויבערשטן אין ארץ ישראל וואָס ער האָט עס אָפּגעגעבן אידן 40 .
ו.
עפ"ז זיינען מובן דברי הרמב"ם „כשם שאסור לצאת מהארץ לחוצה לארץ כך אסור לצאת מבבל לשאר הארצות":
דער איסור יציאה וואָס איז פאַרבונדן מיט קדושת המקום,
מצד קדושתה,
איז שייך נאָר ביי ארץ ישראל; משא"כ דער איסור יציאה וואָס קומט מצד דעם וואָס דער אויבערשטער האָט דעם מקום בוחר געווען אַלס וואוינאָרט פאַר אידן,
אין דעם גלייכט זיך אויס
(אין אַ באַשטימטער צייט)
בבל מיט א"י: כשם ווי דער אויבערשטער האָט בוחר געווען א"י פאַר אידן פאַר דעם אָרט פון שלימות החירות והגאולה פון גלות מצרים* 40 ,
און דערנאָך - פאַר שנים כתיקונן
(און אידן כתיקונן),
אַזוי האָט דער אויבערשטער בוחר געווען בבל אַלס דעם אָרט פון גלות 41
פאַר אידן 42 ,
פאַר זמן הגלות
(און אידן זיינען בשייכות צו „חטאינו")
און דעריבער איז דער רמב"ם מדייק „כשם שאסור לצאת מהארץ וכו'" -ניט „מארץ ישראל",
נאָר „הארץ" 43
מיט אַ ה' הידיעה: דער ארץ וואָס איז פון תמיד אויסגעטיילט און אויסדערוויילט פון אַלע ארצות דערמיט וואָס הקב"ה האָט עס בוחר געווען,
וואָס מיט דעם איז ער מדגיש אַז דער איסור יציאה וואָס ער רעדט דאָ איז ניט מצד קדושת ארץ ישראל,
נאָר מצד דעם וואָס דער אויבערשטער האָט עס בוחר געווען אַלס ארץ פאַר אידן; און בזמן הגלות איז דער זעלבער טעם חל אויף דער יציאה פון בבל כשם ווי אויף דער יציאה פון א"י.
ז.
אויף דעם ברענגט דער רמב"ם דעם פסוק „שנאמר בבלה יובאו ושמה יהיו" - אַ ראי' אַז דער אויבערשטער האָט בוחר געווען בבל אַלס מקום הגלות פאַר אידן.
און כאָטש אַז דער פסוק רעדט וועגן כלי שרת,
און דער מהרש"א 44
זאָגט אַז לפי"ז איז דאָס ניט קיין „לשון ציווי",
נאָר „ירמי' מתנבא שכן יהי'",
לערנט דער רמב"ם ניט אַזוי,
נאָר אפילו בנוגע די כלי שרת איז דאָס אויך אַ ציווי,
ד.
ה.
אַז מ'טאָר די כלי שרת ניט אַרויסנעמען פון בבל אפילו אויב ס'וועט זיין אַ מעגליכקייט אויף דעם 45 ,
נאָר „שמה יהיו".
און פון דעם פאַרשטייט מען אויך בנוגע צו אידן,
אַז בבל האָט דער אויבערשטער אויסגעקליבן אַלס זייער אָרט פון מקום גלות,
און זיי טאָרן פון דאָרט ניט אַרויסגיין 46 .
ובמילא איז מובן,
אַז אין דעם איז ניטאָ קיין אונטערשייד צווישן זמן גלות ראשון און זמן גלות שני,
וויבאַלד מ'געפינט אַז דוקא בבל האָט דער אויבערשטער בוחר געווען אַלס גלות־אָרט אין אַן אופן פון „שמה יהיו" של קביעות,
ע"ד בחירת הקב"ה אין ארץ ישראל באופן של קביעות פאַר דעם זמן הגאולה ושנים כתיקונם 47 .
לויט דעם קען אויסקומען נאָך אַ נפק"מ צווישן די שיטות פון רש"י
(ומאירי)
און רמב"ם: לדעת רש"י,
אַז דער טעם האיסור איז „לפי שיש שם ישיבות המרביצות תורה" איז מובן אַז אין פאַל ווען די ישיבות המרביצות תורה זיינען
(ניט אין בבל,
נאָר)
אין אַן אַנדער מדינה,
דאַרף דאָרטן חל זיין דער איסור יציאה לשאר ארצות 48
; לדעת הרמב"ם אָבער,
אַז דאָס איז מצד בחירת הקב"ה בבבל אַלס דעם מקום הגלות,
איז מובן אַז דער איסור בלייבט בלויז ביי דער יציאה פון בבל
(און ניט ביי דער יציאה פון אַן אַנדער מקום תורה) 49 ,
וואָס איז בדומה צו דער יציאה „מהארץ לחוצה לארץ".
ח.
עפי"ז ווערן מוסבר די אַנדערע דיוקים: א)
וואָס דער רמב"ם זאָגט ניט „כשם שאסור לצאת מהארץ לבבל ".
ב)
וואָס ער זאָגט ניט „כך אסור לצאת מבבל לארץ ישראל "
(לויט דעם כס"מ).
ג)
וואָס ער פירט ניט אויס - ווי אין גמרא - „עד יום פקדי אותם נאום ה'".
אין דעם איסור יציאה מהארץ,
מצד בחירתה דורך הקב"ה,
איז בבל גלייך און איז כלול אין „חוץ לארץ"; אַזוי אויך אין דעם איסור יציאה מבבל,
מצד בחירת הקב"ה
(אַלס מקום גלות),
איז
(לדעת הכס"מ)
א"י גלייך מיט שאר ארצות; און לפי"ז איז אויך מובן,
אַז דאָ איז נוגע נאָר „ בבלה יובאו ושמה יהיו",
אַז דער אויבערשטער האָט בוחר געווען בבל אַלס מקום קבוע לגלות,
אָבער ניט דעם סיום הכתוב 50 .
דאַקעגן ר"י אין דער גמרא ברענגט יע דעם סיום הכתוב,
וואָרום ער זאָגט „כל העולה מבבל לא"י עובר בעשה",
און בשייכות צו עולה זיין קיין א"י איז דאָס אויך
(ובעיקר)
מודגש אין סיום הכתוב „עד יום פקדי אותם נאום ה'",
אַז מ'זאָל זיך ניט אומקערן קיין א"י „עד יום פקדי אותם".
ט.
לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק דער המשך ההלכות אין רמב"ם: נאָך די הלכות 51
ופרטי דינים אינעם איסור צו וואוינען אין ארץ מצרים און אויספירענדיק אַז דער איסור „לשכון בה וכו'" איז „מפני שמעשי' מקולקלין יותר מכל הארצות כו'" - איז ער ממשיך אין הלכה ט' אין דעם קצה ההפכי „אסור לצאת מארץ ישראל לחוצה לארץ לעולם" וואָס דאָס איז בעיקר מצד דער קדושה וואָס איז דאָ אין א"י לגבי שאר הארצות.
און אין דעם ענין פון קדושת א"י איז דער רמב"ם ממשיך אין די ווייטערדיקע הלכות „גדולי החכמים היו מנשקין על תחומי ארץ ישראל כו',
אמרו חכמים כל השוכן בארץ ישראל עונותיו מחולין וכו'" 52 .
און נאָכדעם ערשט אין הלכה י"ב זאָגט ער דעם דין „לעולם ידור אדם בארץ ישראל אפילו בעיר שרובה עכו"ם ואל ידור בחוצה לארץ ..
שכל היוצא לחוצה לארץ כאילו עובד ע"ז שנאמר כי גרשוני היום מהסתפח בנחלת ה' לאמר לך עבוד אלקים אחרים ובפורעניות הוא אומר ואל אדמת ישראל לא יבאו" -
וואָס אין דעם איז ניט קיין הכרע מצד וועלכן ענין דאָס איז,
עס זיינען דאָ ביידע טעמים: צוליב דער קדושה מיוחדת וואָס אין א"י מצד השראת השכינה,
ווי ס'איז משמע פון דעם לשון אַז „היוצא לחוצה לארץ כאילו עובד ע"ז " 53 ,
צוליב דעם וואָס דער אויבערשטער האָט בוחר געווען א"י
(וכדמשמע בה„שנאמר",
וואָס ער רופט איר אָן
(און זאָגט דעם טעם)
„נחלת ה'")
און איר אָפּגעגעבן די אידן 54
[וואָס עפי"ז יומתק: וואָס ער שרייבט „שכל היוצא לחו"ל כאילו עוע"ז"
(היפך הבחירה),
ניט ווי אין גמרא 55
„שכל הדר בא"י דומה כמי שיש לו אלוקה וכל הדר בחו"ל דומה כמי שאין לו אלוקה" 56
(ועד"ז בהלכה זו עצמה ),
און דערנאָך איז ער מרמז אויך דעם צווייטען טעם און איז מאריך און איז מסיים „ואל אדמת ישראל "].
און דעריבער שרייבט דאָס דער רמב"ם צום סוף פון אַלע הלכות פון מעלת א"י,
ניט
(ווי עס האָט לכאורה געדאַרפט זיין דער סדר)
אין אָנפאַנג פון די דיני א"י - פאַר דעם „ אסור לצאת מארץ ישראל" 57 ,
ווייל דאָ רעדט ער
(אויך)
די מעלת הבחירה פון א"י.
און דעריבער ווען ער קומט,
בהמשך לזה,
צום איסור יציאה מבבל לשאר ארצות מצד בחירת הקב"ה,
איז ער מדייק „כשם שאסור לצאת מהארץ ",
וואָס דאָס איז מדגיש אַז דער איסור יציאה דאָ איז מטעם בחירת הקב"ה,
וואָס אין דעם גלייכט זיך אויס די יציאה מהארץ מיט'ן איסור „לצאת מבבל כו'",
כנ"ל.
י.
עפי"ז איז מובן,
וואָס מען געפינט כמה אמוראים וואָס האָבן עולה געווען מבבל לא"י,
און מען מוז ניט זאָגן אַז זיי זיינען מחולק מיט ר"י
(צי מיט ר"י אמר שמואל)
:
היות אַז דער איסור יציאה מבבל לא"י
(ולשאר הארצות)
איז ווי דער איסור יציאה מא"י לבבל - מצד בחירת הקב"ה
(ניט מצד אַ טעם מיוחד -לדוגמא,
רצון מלכותא - אין בבל)
„ כשם שאסור ..
כך אסור",
איז מובן
(ויתירה מזה - כש"כ וק"ו)
אַז אין דעם זיינען די זעלבע היתרים פון דעם איסור יציאה,
ד.
ה.
פּונקט ווי בנוגע יציאה מא"י לחו"ל,
זיינען דאָ תנאים ווען מען מעג,
ווי דער רמב"ם פסק'נט 58
„ללמוד תורה כו' וכן הוא יוצא לסחורה",
אַזוי איז עס אויך בנוגע צו עלי' פון בבל לא"י
(והיציאה לשאר הארצות)
אַז אויב ס'איז ללמוד תורה 59
ולסחורה
(וכיו"ב)
איז מותר לצאת.
וויבאַלד אָבער אַז דאָס איז נאָר אַ היתר צוליב אויספירן אַ תכלית
(תורה,
סחורה),
איז כשם ווי ביי דער יציאה פון א"י לחו"ל לויט די תנאים המותרים,
בלייבט ער אויך נאָכדעם
(בנוגע לנדו"ז)
אַ בן ארץ ישראל און ער איז חייב לחזור* 59 ,
אַזוי איז אויך בנוגע אַן עולה פון בבל לא"י בתנאים המותרים,
בלייבט ער אויך בא"י אַ בן בבל
(מצד דער בחירה אין בבל אַלס גלות)
און ער איז מחוייב לחזור.
נאָר ס'איז דאָ אַ חילוק אין די תנאים און תכלית היציאה
(או העלי')
: בשעת ער איז יוצא לסחורה,
איז אין דעם פאַראַן אַ קצבה,
און בשעת ער איז מרויח דאַרף ער זיך אומקערן; משא"כ דער וואָס איז יוצא „ללמוד תורה",
וואָס דאָס איז בלי קצבה,
איז כל זמן עס קען אים נאָך צוקומען אין לימוד התורה מעג ער בלייבן אין א"י.
עפי"ז איז מובן בפשטות וואָס כמה אמוראים האָבן עולה געווען מבבל לא"י,
וואָרום דאָס איז געווען מצד דעם היתר; און די וואָס זיינען דאָרט געבליבן בקביעות איז דאָס געווען דערפאַר ווייל אַזוי האָט זיך געפאָדערט מצד זייער אופן פון לימוד התורה 60 .
אָבער ביי רב און עד"ז ביי שמואל,
כאָטש אַז אויך זיי האָבן עולה געווען מבבל לא"י,
כדי ללמוד תורה,
בשעת אָבער זיי האָבן דאָרט מקבל געווען אין לימוד התורה פון רבי וכו' אין אַ שלימות'דיקן אופן,
האָבן זיי געמוזט זיך אומקערן לבבל 61 .
און נאָכמער: דוקא אין בבל איז זיי שפּעטער צוגעקומען אויף דעם וואָס זיי האָבן געלערנט אין א"י,
אין עיון ופלפול דתורה
(און פלפול התלמידים ),
וואָס אין דעם איז געווען דער יתרון פון בבל אויף א"י 62 .
יא.
כשם ווי ס'זיינען דאָ צוויי מעלות אין א"י - דאָס וואָס הקב"ה בחר בה מכל הארצות און די קדושה וואָס איז דאָ אין איר - אַזוי זיינען דאָ די ביידע מעלות אויך ביי אידן: דאָס וואָס אידן זיינען די וואָס דער אויבערשטער האָט זיי בוחר געווען,
און דאָס וואָס אידן האָבן אין זיך קדושה 63
מצד זייער פאַרבונד מיט תורה ומצות.
און דער חילוק צווישן זיי: דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט בוחר געווען די אידן פון אַנדערע אומות,
„ובנו בחרת מכל עם ולשון ",
איז ניט פאַרבונדן מיט זייער מעלה וקדושה 63
מצד תורה ומצות,
וואָרום דעמאָלט איז עס ניט קיין ענין פון בחירה; בחירה אמיתית איז שייך אין אַן אופן וואָס ס'איז דאָ אַ דמיון צווישן צוויי זאַכן פון וועלכע מ'איז בוחר 64
- און מיט'ן כח הבחירה קלייבט מען אויס איינע פון זיי.
און דעריבער,
וויבאַלד אַז מצד מעלת הקדושה און תורה ומצות איז ניט שייך קיין שום דמיון צווישן אידן און כל העמים,
לייגט זיך דאָ ניט דער ענין הבחירה.
מוז מען זאָגן,
אַז די בחירה איז ניט צוליב קדושת ישראל,
נאָר אדרבה,
מצד דער בחירה פון אויבערשטן איז אין זיי נמשך געוואָרן קדושה וכו'.
לפי"ז קומט אויס: אַז די התקשרות פון אידן מיטן אויבערשטן מצד בחירת הקב"ה איז אַן עצמיות'דיקע און רירט אָן אין עצם פון אידן מער ווי די התקשרות מצד זייער קדושה און תומ"צ,
וואָס דאָס איז,
כביכול,
ווי אַ דבר נוסף.
אין קלאָרערע ווערטער: די התקשרות פון אידן מיטן אויבערשטן מצד בחירה איז ווי עצמותו ומהותו פאַרבינדט זיך מיט עצמות ומהות פון אַ אידן; די התקשרות פון אידן מצד זייער קדושה,
וואָס זי קומט דורך תורה ומצות וועלכע זיינען חכמתו ורצונו ית' -
(וואָס מצוה איז דאָך מל' צוותא וחיבור 65 ,
ווערט ער דורכדעם פאַרבונדן מיטן אויבערשטן; און אַזוי אויך דורך תורה,
אַז ישראל מתקשראן באורייתא ואורייתא בקוב"ה 66 )
איז עס דאָך ניט אין אַן אופן אַז דער עצם פון א ַאידן פאַרבינדט זיך
(מלכתחילה)
מיט עצמותו ומהותו ית',
נאָר דאָס איז דורך אורייתא,
תומ"צ.
און עפי"ז איז מובן דער דיוק אין מרז"ל „ תלת קשרין 67
מתקשראן דא בדא ישראל מתקשראין באורייתא ואורייתא בקוב"ה" - וואָס לכאורה זיינען דאָך דאָ נאָר צוויי קשרים
(צווישן ישראל און אורייתא און צווישן אורייתא און קוב"ה)?
נאָר די הסברה איז אַז אויסער די התקשרות ע"י התורה איז דאָ אַ קשר וואָס בינדט זיי די אידן מיט'ן אויבערשטן אָן שום ממוצע,
מצד בחירתו ית' 68
און דעריבער איז עס תלת קשרין
(בדוגמת טבעת).
יב.
מ'האָט פריער מבאר געווען דעם חילוק צווישן שיטת הרמב"ם און שיטת רש"י
(והמאירי)
: לדעת הרמב"ם איז דער איסור לצאת מבבל לשאר ארצות מצד בחירת הקב"ה,
און לדעת רש"י -„לפי שיש שם ישיבות המרביצות תורה";
היות אָבער ס'איז דאָך אַ כלל 69
אַז „אפושי מחלוקת לא מפשינן",
י"ל אַז אויך לדעת רש"י והמאירי איז דאָ ענין הבחירה אין בבל,
נאָר די בחירה גופא איז פאַרבונדן מיט קדושת התורה וואָס איז דאָ אין בבל,
ובמילא בשעת אין בבל ווערט אויס הרבצת התורה,
ווערט אויך בטל איר בחירה; אָבער בנוגע לארץ ישראל איז אַנדערש,
און איר בחירה איז ניט מצד דער קדושה וואָס אין איר
(אדרבא די קדושה קומט מצד ולאחרי הבחירה),
וואָרום וויבאַלד אַז בחירת הקב"ה אין א"י איז אַ בחירה עצמית
(- כשברא העולם),
זי איז נחלת ה',
און ער האָט עס אָפּגעגעבן אידן מיט אַ ברית עולם אַלס דעם מקום העצמי פון אידן
(ניט ווי ביי בבל וואָס איז צוליב גלות),
דערפאַר איז דאָרט די בחירה אַ נצחיות'דיקע,
און דער ענין הקדושה וכו' שבא"י פּועל'ט אויך דעם גילוי פון אָט דער בחירה.
וועט מען עס פאַרשטיין פון דעם ווי דער ענין איז ביי אידן:
אעפ"י אַז ס'איז דאָ אַ מעלה אין דער התקשרות פון אידן מצד הבחירה,
ישראל וקוב"ה,
וואָס דאָס איז מצד עצמותו ית' כנ"ל,
איז אָבער דאָ אויך אַ מעלה אין דער התקשרות מצד קדושתם,
מצד התורה ומצות:
אין דעם פאַרבונד מצד בחירה אַליין,
היות אַז דאָס איז נאָר מצד בחירתו של הקב"ה און ניט צוליב אַ געוויסער מעלה,
איז אפילו לאחרי בחירת הקב"ה זעט זיך דאָס ניט אָן אין דעם נבחר באופן גלוי.
משא"כ דער קישור מצד קדושתם בתו"מ,
איז דאָך דאָס אַ מעלה בעצמה וגלוי',
דאָס אַליין איז אלקות ובגלוי 70 ,
ובמילא דורך די התקשרות שע"י התורה ומצות ווערט דורכדעם אויך נתגלה דער טיפערער פאַרבונד פון אידן מיט'ן אויבערשטן,
די התקשרות מצד הבחירה 71 .
וואָס לפי"ז איז מובן וואָס מ'דאַרף אָנקומען צו דעם וואָס ישראל מתקשראן באורייתא ואורייתא בקוב"ה,
כאָטש אידן זיינען פאַרבונדן מיט אלקות אַליין מצד בחירתו ית',
נאָר דאָס איז דערפאַר ווייל דער גילוי אין איחוד פון בחירה ביי אידן קומט דורכן קישור מיט אורייתא 72 .
יג.
עפ"ז איז מובן אויך בנוגע לא"י: אעפ"י אַז בחירת הקב"ה איז אַן ענין נצחי,
וואָס דאָס ווערט דער מהות פון דעם דבר הנבחר,
פונדעסטוועגן,
וויבאַלד דאָס קומט מצד בחירת הקב"ה,
איז דער גילוי דערפון פאַרבונדן מיט דער קדושה בפועל וואָס איז דאָ אין א"י.
וי"ל אַז דאָס איז דער טעם וואָס בשעת דער רמב"ם רעדט וועגן דעם איסור יציאה מא"י וכיו"ב,
טיילט ער ניט פאַנאַנדער בפירוש צווישן די צוויי מעלות - בחירת הקב"ה און קדושתה
(ער איז דאָס מדגיש בלויז ווען ער רעדט לגבי איסור יציאה מבבל,
כנ"ל),
וואָרום אויך מעלת הבחירה איז פאַרבונדן,
בנוגע צו איר גילוי - מיט קדושת א"י 73
;
און דער תכלית השלימות בזה וועט זיין לעת"ל,
וואָס בקרוב ממש „יבואו ישראל שנקראו נחלה לארץ שנק' נחלה ויבנו ביהמ"ק שנקרא נחלה בזכות התורה שנקראת נחלה" 74 .
(משיחות יו"ד שבט וש"פ בשלח תשל"ו)