B"H
🏡

Ikar

מטו"מ

א.

שוין גערעדט פיל מאָל וועגן דעם וואָס דער של”ה 1

זאָגט,

אַז די פרשיות התורה האָבן אַ שייכות צו דעם זמן בשנה ווען זיי ווערן געלייענט און געלערנט.

ומובן,

אַז אַזוי אויך בנוגע פ’ מטות ומסעי,

וואָס זייער קביעות איז שטענדיק אין די בין המצרים,

אַז זיי האָבן אַ שייכות מיוחדת צום תוכן פון בין המצרים 2 .

בפשטות זעט זיך אָן זייער שייכות צו בין המצרים בכמה פרטים 3

:

אין פ’ מטות 4

דערמאָנט משה די בני גד און בני ראובן דעם חטא המרגלים,

צוליב וועלכן די אידן זיינען פאַרבליבן אין מדבר מ’ שנה,

וואָס איז בדוגמא צום פאַרהאַלטן זיך אין גלות

(וואָס התחלתו איז בין המצרים) 5

; אין אָנפאַנג פון מסעי ווערט דערציילט וועגן די מסעות,

וואָס ווי ער זאָגט אין מדרש 6

„א”ל הקב”ה

(ל)

משה מנה להם כל המקומות היכן הכעיסוני

(לכך נאמר אלה מסעי בנ”י)

” - די סיבה פון בין המצרים און גלות 7 .

און ווייטער אין דער סדרה רעדט זיך וועגן ערי מקלט 8 ,

דער ענין הגלות וואָס קומט צוליב הורג נפש בשגגה 9 .

אָדער ווי דער של”ה 10

איז עס מבאר,

אַז די ענינים וועגן וועלכע ס’רעדט זיך בפ’ מטות - דער חטא פון נדרים 11

(און שבועה)

וואָס איז פוגם בנשמה,

און דער חטא פון רציחה

(וואָס איז פוגם בגוף),

וואָס רעדט זיך אין פ’ מסעי -האָבן גורם געווען דעם חורבן פון די בתי מקדשות,

ווי ער איז דאָס מבאר בארוכה 12 .

וי”ל,

אַז די שייכות פון די פרשיות צו בין המצרים איז ניט

(נאָר)

אין דעם ענין הגלות וואָס איז אין זיי מרומז,

נאָר

(אדרבה),

אין דער נתינת כח אויף דער עבודה אין בין המצרים* 12

צו אַרויסגיין פון גלות 13 .

דער ביאור בזה: אַזוי ווי דאָס איז כפשוטו,

אַז אַלע דיני אבלות פון די בין המצרים טעג זיינען כלל ניטאָ בשבת -ס’איז דאָך אין עצב בה 14

און,

אדרבה,

מצוה לענגו 15

וכו’ - וואָס פון דעם זעט מען אַז „שבת” איז אַן ענין וואו עס „רירט” ניט אָן די זאַך פון בין המצרים - אַזוי,

און נאָכמער,

איז עס בפנימיות הענינים,

ווי דער צ”צ איז מבאר 16 ,

אַז די שבתות פון בין המצרים זיינען אין דער בחי’ פון „מקדים רפואה למכה”,

זיי זיינען אַ הקדמת רפואה אויף די ענינים פון בין המצרים 17 .

ועד”ז איז פאַרשטאַנדיק - ובמכש”כ - בנוגע די פרשיות התורה וועלכע מ’לייענט אין דעם זמן,

וואָרום וויבאַלד אַז „ציון 18

במשפט תפדה ושבי’ בצדקה”,

וואָס „משפט” דאָ מיינט דעם ענין פון תורה 19 ,

איז מובן אַז די פרשיות התורה וואָס מ’לייענט און מ’לערנט אין דעם זמן זיינען אַן ענין פון „

(מקדים)

רפואה” 20

צו דער „מכה” פון גלות.

ד.

ה.

אַ הוראה ונתינת כח אויף דער עבודה פון בין המצרים,

וועלכע בריינגט דעם יהי’ גו’ לששון ולשמחה ולמועדים טובים* 20 .

ב.

וויבאַלד אַז אַלע עניני התורה זיינען בתכלית הדיוק

(ובמכ”ש פון עניני העולם,

וואו יעדער זאַך איז בהשגחה פרטית)

איז מובן,

אַז בשעת די קביעות איז באופן

(ווי היינטיקס יאָר)

אַז פ’ מטות און מסעי זיינען מחוברות,

איז דאָ בזה אַ הוראה און נתינת כח מיוחדות אין דער עבודה פון בין המצרים.

דער ענין כפשוטו: אין די יאָרן ווען מטות ומסעי זיינען נפרדות ווערן אין די בין המצרים געלייענט און געלערנט בלויז דריי סדרות

(מטות מסעי און דברים)

; בשעת אָבער מטות ומסעי זיינען מחוברות קומט צו אין די בין המצרים־וואָכן נאָך אַ פרשה אין תורה - פ’ פינחס; און אין געוויסע קביעות’ן

(ווי בשנה זו)

אויך פ’ בלק

(וואָס מען לייענט אין טאָג פון י”ז בתמוז,

דער ערשטער טאָג פון בין המצרים).

און וויבאַלד אַז אין דעם זמן קומט צו אַ ריבוי בתורה,

איז פאַרשטאַנדיק אַז מען האָט דורכדעם אויך אַ גרעסערע און שטאַרקערע נתינת כח אויף צו „מרפא” זיין

(ובאופן דמקדים רפואה)

די עניני בין המצרים.

עס איז אויך אַ דבר המובן,

אַז די נתינת כח איז פאַרבונדן ניט נאָר מיט דעם ריבוי בתורה,

נאָר אויך מיטן חיבור פון די הוראות פון דעם תוכן פון די פרשיות מטות און מסעי 21

(מצד זייער שייכות מיוחדת צו דעם זמן,

כנ”ל).

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור,

אַז דאָס וואָס אין געוויסע שבתים זיינען צוויי סדרות מחוברות,

מיינט עס ניט אַז מען לייענט אין איין שבת צוויי סדרות,

נאָר זייער התחברות איז באופן אַז זיי ווערן איין סדרה 22 .

און ווי ס’איז מוכח דערפון,

וואָס מ’לייענט ניט יעדע סדרה באַזונדער,

אין אַן אַנדער זמן בשבת 23

; נאָכמער: בשעת מ’לייענט זיי צוזאַמען,

איז די חלוקת הקריאה אויף שבעה קרואים

(ועד”ז אין חלוקת הפרשיות צוליבן לימוד פון שיעורי חת”ת במשך השבוע)

אויך ניט אין אַן אופן וואָס איז קענטיק אַ צעטיילונג צווישן זיי - פיר קרואים און פרשיות אין דער ערשטער סדרה און דריי אין דער צווייטער,

וכיו”ב 24

-נאָר מ’לייענט און מ’לערנט - אַלס רביעי - דעם סיום פון ערשטער סדרה צוזאַמען מיט דער התחלה פון צווייטער 25 ,

און די ברכות לפני’ ולאחרי’ ווערן געמאַכט אויף פסוקים פון ביידע סדרות צוזאַמען 26 .

לכאורה,

וויבאַלד אַז בעצם זיינען זיי באַזונדערע סדרות,

ווי דאָס איז מודגש אין דער קביעות בכמה שנים ווען זיי זיינען נפרדות - האָט מען דאָך געדאַרפט מאַכן צווישן זיי אַ פאַנאַנדערטייל,

עכ”פ אין קריאת הפרשיות,

אויך ווען זיי זיינען צוזאַמען 27 ?

פון דעם גופא איז מוכח,

אַז ווען די פרשיות זיינען מחוברות ווערן זיי דעמאָלט איין סדרה.

ד.

ה.

כאָטש אַז יעדע פון זיי האָט איר באַזונדער ענין ותוכן 27 ,

וואָרום די תורה איז דאָך איינגעטיילט אין ג”ן סדרים 28 ,

פונדעסטוועגן,

בשעת ס’קומט די קביעות ווען מ’לייענט זיי צוזאַמען,

ווערן זיי נתחבר אַלס איין פרשה 29 .

דאַרף מען פאַרשטיין בעניננו: לכאורה האָבן פ’ מטות און מסעי קיין שייכות ניט צווישן זיך 30

- ניט ווי אַ צאָל אַנדערע פרשיות התורה ביי וועלכע איין פרשה קומט בהמשך,

אין זמן אָדער אין תוכן,

צו דער פריערדיקער פרשה 31

: פ’ מטות רעדט וועגן די ציווים ומאורעות וואָס זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן און פאָרגעקומען ביים סוף שנת הארבעים פון די יאָרן ווען אידן זיינען געווען אין מדבר,

משא”כ פ’ מסעי,

וואָס הויבט זיך אָן מיט „מסעי בנ”י” איז אַ מעין „סך הכל” - בנוגע די מסעות

(און געוויסע מאורעות שבהם)

- פון די ספרים שמות ויקרא במדבר,

וואָס דאָס נעמט אַרום דעם משך פון אַלע ארבעים שנה במדבר.

ד.

שוין גערעדט פיל מאָל,

על יסוד תורת הבעש”ט 32

אַז „שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש” איז דער חיות פון דער זאַך

(וואָס טראָגט דעם נאָמען)

און איז מרמז אויף איר תוכן - אַז עד”ז איז בשמות הסדרות: דער תוכן פנימי פון דער גאַנצער סדרה זאָגט זיך אויס אין דעם שם הסדרה 33 .

ובעניננו: דער תוכן פון פ’ מטות איז מרומז אין דעם נאָמען ווי זי ווערט גערופן ע”פ מנהג ישראל - „מטות”; און אַזוי אויך בנוגע פ’ מסעי 34 .

די הסברה אין דעם: מ’געפינט צוויי תוארים מיט וועלכע אידן ווערן באַצייכנט

(אַלס שבטים)

- „שבטים” און „מטות” 35 .

וואָס דער חילוק צווישן זיי איז פאַרשטאַנדיק לויט זייער באַדייט אין משל,

אין פשטות: „שבט” איז אַ צווייג וואָס איז נאָך ווייך,

משא”כ „מטה” איז א ַשטעקן וואָס איז שוין האַרט און שטאַרק; און דער טעם וסיבה צו דעם אונטערשייד צווישן זיי: „שבט” איז אַ

צווייג וואָס האָט נאָך די יניקה פון אילן

(און לפעמים איז ער טאַקע מחובר צום אילן),

דעריבער איז דער ענף פריש און ווייך,

דאַקעגן אַ „מטה” ווערט דוקא ווען דער ענף איז אָפּגעשניטן און האָט מער ניט די יניקה פון דעם אילן.

און דערפאַר איז ער חזק וקשה.

עד”ז איז דער חילוק צווישן די צוויי תוארים ביי אידן:

סיי „שבטים” און סיי „מטות” דייטן אָן אַז נשמות ישראל שטאַמען פון אַ שרש ואילן,

פון אלקות,

פון „אילנא דלעילא”* 35 .

נאָר דער תואר „שבטים” ווייזט אויף דער נשמה ווי זי איז מחובר מיט אלקות בגלוי,

ווי זי שטייט אין אַ דביקות צו „אילנא דלעילא”; ובכללות איז עס מרמז אויף דער נשמה ווען זי געפינט זיך למעלה,

וואו זי שטייט מיט אַ שטענדיקן ביטול און דביקות לאלקות.

משא”כ „מטות” איז מתאר די אידן ווי זיי זיינען בגלוי ניט פאַרבונדן מיט’ן מקור,

עס איז ניט ניכר בגלוי זייער דביקות אין אלקות; און בכללות איז דאָס ווי די נשמה קומט אַראָפּ למטה אין גוף ונפש הבהמית,

וואָס דורך דער ירידה אין דעם גוף ונפש הבהמית ווערט זי נתגשם און

(כאילו)

ווי אָפּגעטיילט פון „אילנא דלעילא”.

און דאָס איז אויך וואָס „מטות” איז מרמז

(אַלס שם הפרשה)

- ווי נשמות 36

ישראל קומען אַראָפּ אין ירידה און ווערן נתגשם ווי אַ דבר נפרד פון מקור.

משא”כ דער שם „מסעי” - וואָס באַדייט אַז מען גייט אַוועק לגמרי פון פריערדיקן אָרט און מ’קומט צו

(נעענטער צו ארץ הקודש)

אַ העכערן אָרט - מיינט עס בעבודת ה’ די נסיעה ו„הליכה” צו וועלכע די נשמה קומט צו דורך דער ירידה למטה אין אַן אופן פון „מטות”.

ד.

ה.

אַז

(דוקא)

דורך דער ירידה דערגרייכט די נשמה צו אַ העכערער דוגא לגבי ווי זי איז געשטאַנען למעלה פאַר דער ירידה 37

:

די נשמה קודם הירידה ווערט אָנגערופן „עומד” אַזוי ווי מלאכים,

וואָרום איר עבודה אין אהבת ה’ ויראת השם איז במדידה והגבלה; ובמילא אפילו ווען זי איז עולה אין אַ העכערע דרגא,

הייסט עס אָבער ניט אַז זי גייט אַוועק לגמרי פון איר פריערדיקן מעמד ומצב,

און דעריבער ווערט דאָס אָנגערופן „עמידה”.

אָבער דורך איר ירידה למטה אין גוף ונפש הבהמית אין די בחינה פון „מטות”,

און דורך זיי און מיט זיי איז זי מקיים תומ”צ וואָס איז חכמתו ורצונו ית’ של הקב”ה,

קומט זי צו צום ענין פון „מסעי”,

זי ווערט בבחי’ „מהלך”,

באין ערוך העכער ווי די נשמה איז געווען פריער,

זייענדיק למעלה.

ה.

דאָס איז ווי דער ענין איז בכללות,

אַז ירידת הנשמה איז מרומז אין פ’ מטות און דער שכר ועלי’ - אין פ’ מסעי.

בפרטיות אָבער איז סיי אין מטות און סיי אין מסעי מרומז הן די ירידת הנשמה און הן די עבודת הנשמה און איר שכר ועלי’:

די האַרטקייט און שטאַרקייט פון „מטות” ווייזט ניט נאָר אויף דעם וואָס די נשמה איז געוואָרן ווי אַ דבר נפרד פון אלקות כנ”ל,

נאָר איז מרמז אויך אויף דעם תוקף 38

העבודה וואָס דאַרף זיין און איז דאָ ביי אַ אידן למטה.

בכדי בייקומען די שטערונגען פון גוף ונפה”ב,

ועאכו”כ פון וועלט,

דאַרף מען שטיין מיט אַ חוזק ותוקף פון אַ „מטה”,

אַ שטאַרקן שטעקן,

ניט נתפעל צו ווערן און ביישטיין אַלע העלמות והסתרים.

און בשעת אַ איד דאָ למטה,

טוט זיין עבודה בתומ”צ מיט שטאַרקייט און ווערט ניט נתפעל פון אַלע העלמות,

איז אויך זיין שכר אין דער בחינה פון „מטה” - עס קומט צו אין דער נשמה אַ תוקף וחוזק פון דעם שרש הנשמה,

פון איתן 38

שבנשמה 39 ,

נאָך מער ווי די נשמה האָט געהאַט בעת זי איז געווען למעלה בבחי’ „שבט”.

ועד”ז איז דאָס אַלץ מרומז אין „מסעי” 40

: „מסעי”

(ל’ רבים)

איז אויך מרמז אויף דעם מסע הנשמה מלמעלה למטה,

אין עוה”ז; דאָס וואָס עס דאַרף זיין ביי דעם אידן למטה די עבודה בדרך מסע און עלי’ פון דרגא צו דרגא,

העכער און העכער; און אויך דער שכר ,

וואָס די נשמה באַקומט דורך דעם איז „מסעי”,

אַז דער עילוי הנשמה איז אין אַן אופן פון הילוך.

ו.

עפ”י כהנ”ל איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון פ’ מטות ומסעי צו בין המצרים:

דער אויפטו אינעם ענין הנ”ל פון מטות און מסעי - דאָס וואָס די נשמה קומט אַראָפּ למטה און דאַרף דאָ טאָן איר עבודה בתוקף וכו’,

ועד”ז דער שכר - איז בעיקר

(ניט אַזוי מצד עצם ירידת הנשמה,

נאָר)

מצד דער ירידה אין זמן הגלות 41 ,

אין דעם ענין פון בין המצרים:

אויפן זמן הבית 42 ,

ווען עשרה* 42

נסים נעשו לאבותינו בבית המקדש,

ווען אידן האָבן געזען און געהערט אלקות בגלוי,

ובמילא זיינען זיי געשטאַנען בבחי’ ביטול און דביקות באלקות

(כדרך שבא לראות כך בא ליראות 43 ),

און זייער עבודה איז געווען באהבה ויראה לאלקות - אויף דעם קען מען ניט זאָגן אַז זיי זיינען געווען אין אַן אופן פון „מטות”

(נפרד מהאילן),

נאָר באופן פון „שבט”,

פאַרבונדן מיטן שורש וגוף האילן; זיי האָבן דעריבער דאַן ניט געדאַרפט אָנקומען צו אַ תוקף מיוחד כדי טאָן די עבודה פון תורה ומצות,

ובמילא איז מובן אַז עס איז אויך ניט נתגלה געוואָרן דער „איתן שבנשמה”.

בזמן הגלות אָבער,

ווען אלקות זעט זיך ניט און הערט זיך ניט אַזוי ווי בזמן הבית,

עס זיינען דאָ אַזויפיל העלמות והסתרים אויף אלקות,

וואָס דערפאַר זיינען אידן דעמאָלט באופן ד„מטות” -עס זעט זיך ניט זייער דביקות אין אלקות - דאַרפן זיי דעריבער אַרויסרופן און מגלה זיין באַ זיך אַ פיל שטאַרקערן תוקף אויף צו בייקומען די מניעות ועיכובים אויף דער עבודה פון תומ”צ,

ובפרט נאָך אויף צו מהפך זיין דעם חושך הגלות לנהורא -

און דערפאַר איז דעמאָלט אויך זייער שכר אין דעם אופן פון „מטות”,

אַז דער תוקף פון עצם הנשמה ווערט דאַן נתגלה מער ווי בזמן הבית און ווי בעת די נשמה איז למעלה; און אין אַן אופן פון „מסעי” - ענין ההליכה אין דער נשמה 44 .

ועד”ז איז אויך בנוגע די אַנדערע ענינים המתאימים אין „מסעי”.

ז.

דאָס אַלץ איז גערעדט געוואָרן וועגן אַן ענין וואָס איז

(אויך)

דאָ מצד די פ’ מטות און מסעי מצ”ע,

ד.

ה.

אויך ווען זיי זיינען ניט מחוברות.

ברוב השנים אָבער ווען מטות און מסעי זיינען מחוברות קומט צו אַ תוספת הוראה ונתינת כח,

וואָס יעדע איינע פון זיי פּועל’ט אויף דער צווייטער 45

; ד.

ה.

דעמאָלט איז דאָ אַ נתינת כח מיוחדת,

אַז די עבודה זאָל זיין אין אַ העכערן אופן און לאידך גיסא זאָל זי אָנקומען לייכטער:

אין דעם ענין פון „מטות”,

אין דער ירידה אין זמן הגלות,

איז מודגש אַז דאָס איז „מסעי”,

אַז דאָס האָט דער אויבערשטער אַזוי געפירט - ווי די מסעות אין מדבר כפשוטם וואָס זיינען געווען „על פי ה’ יסעו” 46

- ובמילא גיט עס אַ ספּעציעלען עידוד און תוספת עוז אין דער עבודה אין גלות;

עד”ז אין דער עבודה פון „מטות”,

ווי דאָס איז צוזאַמען מיט „מסעי”,

האָט מען די נתינת כח פון תורה אַז אין יעדען ענין וואָס אַ איד טוט בעבודתו 47

בזמן הגלות זאָל זיין דער תוקף פון „מטות” אין אַן אופן פון „ מסעי ”,

עילוי אחר עילוי אין דעם תוקף פון „מטות” 48 .

אַזוי אויך אין דריטן ענין פון „מטות”: דער תוקף פון שורש הנשמה,

וואָס ווערט נתגלה אין דער עבודה פון מטות,

איז באופן של „מסעי” - אַלס אַ העכערער שורש,

ביז אַז סו”ס איז עס אַן עלי’ וואָס דערגרייכט צו אַ תוקף וואָס איז העכער פונעם תוקף פון שורש הנשמה:

וואָרום דער תוקף שורש הנשמה איז דאָך בבחי’ גבול; און דורך דער שלימות העבודה אין אַן אופן פון „מטות” אין זמן הגלות,

ווערט די נשמה נתעלה נאָך העכער דערפון - אין אלקות וואָס איז בל”ג - ביז צו „לאשתאבא בגופא דמלכא” 49 ,

אַז זי ווערט איין זאַך,

כביכול,

מיט עצמות 50 .

ולאידך איז דער „מסעי”,

דער שכר והליכה אין דער נשמה ניט אין אַן אַנדער זמן,

נאָר עס קומט צוזאַמען מיט „מטות”; ד.

ה.

אַז שוין דעמאָלט,

ווען אַ איד געפינט זיך דאָ למטה,

טוט זיך באַ אים אויף די הליכה ועלי’.

ח.

עפ”ז וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון די צוויי ענינים,

וואָס דוקא ווען פ’ מטות ומסעי זיינען מחוברות לייענט מען און מען לערנט אויך פ’ פינחס אין בין המצרים

(ולפעמים - ווי די קביעות פון היינטיקס יאָר - אויך פ’ בלק).

וואָרום לכאורה שטעלט זיך די שאלה: ווי אַזוי קען מען מאָנען באַ אידן אַז אין יעדער מסע זאָל ער שטיין מיטן תוקף וחוזק פון „מטות” - עס זיינען דאָך דאָ פאַרשידענע חילוקים אין די מסעות פון אַ אידן במשך ימי חייו 47 ,

שינויים פון עליות וירידות,

ביז אַז זיי קענען זיין מן הקצה אל הקצה?

בשלמא ווען מ’האַלט ביי „ויסעו מרעמסס”,

אַרויסגייענדיק פון מצרים,

וואָס איז געווען „ביד רמה לעיני כל מצרים” 51

; אָדער ביים מסע וואָס האָט געפירט צום מדבר סיני,

קען מען פאַרשטיין,

אַז דעמאָלט איז מתאים צו פאַרלאַנגען דעם תוקף וואָס מ’דאַרף נוצן אויף צו גיין נאָך העכער אין דער עבודה;

ווי קען מען אָבער פאָדערן באַ אַ אידן דעם תוקף ווען ער האַלט ביים מסע פון „רתמה” - „ע”ש לשון הרע של מרגלים” 52 ,

אָדער אין „אבל השטים” 53 ,

וואָס איז פאַרבונדן מיטן חטא פון פעור 54 ?

אויף דעם איז דער ענטפער - פ’ „פינחס”: ווען דער תוקף אין עבודה איז מצד זיין אייגענער מציאות,

וויבאַלד דער מענטש איז אַ מוגבל,

קען דעריבער ניט זיין דער תוקף בכל המסעות; בשעת אָבער זיין תוקף אין עבודה איז ע”ד ווי באַ פינחס’ן - „בקנאו את קנאתי” 55

: ער האָט זיך איינגעשטעלט מיט מסירת נפש בפועל בפני כל עם ישראל 56

- ווען ביים אידן איז דאָ אַלס הקדמה די תנועה פון מסנ”פ בפועל,

ער גייט אַרויס פון זיין מציאות,

איז דעמאָלט קיין חילוק ניטאָ ביי וואָס פאַר אַ מסע ער האַלט און ער פירט דורך דעם ציווי ה’ מיטן זעלבן תוקף.

און דערמיט איז מובן,

אַז שלימות החיבור פון

(דער עבודה פון)

„מטות” מיט

(דער עבודה פון)

„מסעי” טוט זיך אויף דווקא דאַן ווען מ’לייענט אויך פ’ פינחס אין דער זעלבער תקופה

(בבין המצרים)

[ובפרט לויט דער קביעות בשנה זו,

וואָס מ’לייענט ניט נאָר וועגן דעם אויבערשטנ’ס שכר פאַר מעשה פינחס,

נאָר אויך פ’ בלק,

וואָס בסיומה ווערט דערציילט אויך וועגן מעשה המסנ”פ שלו] 57 ,

וואָס זיין אופן העבודה איז די נתינת כח אויף החיבור בשלימות פון מטות ומסעי 58 .

ט.

עד”ז איז אויך די שאלה בנוגע דעם חיבור פון מטות ומסעי אין דעם שכר: ווי קען די נשמה - ובפרט ווי זי קומט אַראָפּ למטה אין דעם בין המצרים פון גלות - צוקומען צום ענין פון „מסעי” - צום גודל תוקף הנשמה און ביז ווי עס איז העכער ווי ס’איז אינעם שורש הנשמה למעלה מעלה?

און נאָכמער,

אַז דאָס זאָל מאיר זיין באַ דער נשמה ווי זי איז בבחי’ „מטות”,

למטה בזמן הגלות?

ולכאורה,

בנוגע דעם שכר פון דער עבודה פון „בכל מאדך”,

צו וועלכער די נשמה קומט צו ע”י ירידתה למטה,

און בפרט אין זמן הגלות,

שטייט דאָך אַז נאָר „במיתתן רואין” - נאָכן בירור פון גוף ונה”ב אין דער עבודה פון אתכפיא ואתהפכא - אָבער ניט בחייהן 59 .

איז אויך אויף דעם דער ענטפער -פ’ פינחס,

וואָס מ’לייענט לפנ”ז בבין המצרים: דאָס איז כל זמן דער מענטש איז עובד ה’ מצד זיין מציאות

(ווען אפילו די עבודה איז אין די העכסטע מדריגות,

גייט ער ניט אַרויס פון זיך,

פון די הגבלות פון אַ נברא)

; בשעת אָבער זיין עבודה איז מתוך מסנ”פ ממש,

היפך הטבע לגמרי,

דעמאָלט גייט ער אַרויס פון גדר נברא - אפילו פון גדר הנשמה ווי זי איז בשורש שרשה,

וואָס זי איז פאָרט אַ מציאות און ניט עצמות -און זי ווערט איין זאַך,

כביכול,

מיט עצמות,

„והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה” 60 .

און מצד דער עבודה פון מסנ”פ בפועל ממש,

ווערט שלימות הבירור והזיכוך 61

פון דעם גוף ונה”ב,

און דערפאַר קען ביי דער נשמה אויך בגוף דאָ למטה ובזמן הגלות דערהערט ווערן די עלי’ והליכה בל”ג

(מסעי),

צו וואָס די נשמה קומט צו ע”י עבודתה 62 .

יוד.

ווי דערמאָנט פריער איז דאָ נאָך אַן ענין מיוחד וואָס בשעת מטות ומסעי זיינען מחוברות איז דאָ לפעמים אַ קביעות

(ווי דעם יאָר)

וואָס דער ערשטער טאָג פון בין המצרים,

י”ז תמוז,

(און אַזוי אויך דער לעצטער טאָג -תשעה באב),

איז חל בשבת

(פ’ בלק).

דער ביאור בזה און די שייכות צו דער פריערדיקער הסברה אין דעם חיבור פון מטות ומסעי:

דער עיקר כוונה פון ירידת הנשמה למטה בכלל,

ובפרט בזמן הגלות,

בבחי’ „מטות”,

איז ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין תניא 63

(פון ע”ח),

אַז „הנשמה עצמה אינה צריכה תיקון כלל כו’”,

נאָר ירדה אויף מתקן זיין דעם גוף ונה”ב און „חלקה השייך לה מכללות עוה”ז”.

דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק,

אַז דער עיקר העבודה מיטן תוקף ועוז פון „מטות”

(ועד”ז דער אמת’ער שכר וואָס ווערט באַ אידן - „מטות” ו„מסעי” אין דער עבודה למטה),

איז ניט נאָר אין דעם וואָס די נשמה איז זיך מתגבר אויף אַלע העלמות והסתרים פון גוף ונה”ב און אויפן חושך הגלות און די נשמה טוט - נאָר בעיקר אין דער עבודה פון אתכפיא און אתהפכא 64

פון נה”ב,

און נאָכמער - פון חושך העולם,

און חושך הגלות וואָס איז מחוץ פון נה”ב;

וואָרום 65

דער תוקף וואָס איז דאָ אין דער נשמה בירידתה למטה און אפילו דער תוקף וואָס טוט זיך אין איר אויף דורכן הסתר פון נה”ב און וועלט,

איז ניט קיין חידוש - וויבאַלד די נשמה איז בעצם אלקות און האָט בעצם תענוג אין אלקות - דעריבער טוט זיך דורך דעם ניט אויף דער שלימות’דיגער אופן פון הליכה ועלי’

(„מסעי”)

אין עצמות ממש.

בשעת אָבער מ’נוצט דעם ענין פון „מטות”,

דער תוקף,

אויף כופה זיין און מהפך זיין לטוב דעם נפה”ב,

וואָס דאָס איז היפך טבעה לגמרי,

וואָס דורך דעם ווערט „נפסד כל צורתו” פון נפה”ב,

ובפרט נאָך דורך אתהפכא אויך פון חושך הגלות - פּועל’ט דאָס אויף דעם שלימות’דיגען תוקף ועלי’ בל”ג אויך אין דעם נפש האלקית,

באופן פון בכל מאדך ,

מער אפילו פון דעם מאד פון נפש האלקית,

וואָרום דורכדעם ווערט א ַאיד איינס,

כביכול,

מיט עצמות 66 .

יא.

לויט דעם איז מובן דער אויפטו אין דעם וואָס י”ז תמוז,

דער ערשטער טאָג פון בין המצרים 67 ,

איז חל בשבת פ’ בלק:

די כוונה ותכלית פון די בין המצרים איז,

אַז עס זאָל זיין „והפכתי אבלם לששון”,

אַז די ימי התענית גופא יהפכו לששון ולשמחה 68

-

[וי”ל אַז דאָס איז אויך מרומז אין דעם וואָס דער אויבערשטער האָט דעם נביא ירמי’ באוויזן אַ „מקל שקד ” - ווייל „שוקד אני על דברי לעשותו” 69 ,

וואָס דאָס איז,

ווי חז”ל זאָגן,

אַ רמז אויף די כ”א יום פון בין המצרים,

פּונקט ווי די פרי פון שקדים ש„משעת חניטתו עד גמר בישולו עשרים ואחד יום” 70

;

וואָס דערמיט איז דער אויבערשטער מרמז ניט נאָר דעם היפך הטוב,

נאָר

(בעיקר)

דעם מכוון פון דעם ענין,

אַז עס זאָל ווערן „מקל שקד” למעליותא -אין צד הטוב - ווי דער אַלטער רבי 71

איז מבאר אין דעם ענין פון „פרח מטה אהרן ..

ויגמול שקדים”,

אַז דער טעם דערפון איז ווייל דאָס באַווייזט אויף דער מהירות ותוקף ההשפעה למטה].

איז בשעת י”ז תמוז

(און אויך תשעה באב)

זיינען חל בשבת

(ווי די קביעות פון היינטיקן יאָר)

איז דאָך שבת דוחה את התענית 72 ,

און נוסף לזה איז שבת מהפך דעם טאָג פון בין המצרים 67

אין אַ יום וואָס „מצוה לשמחו 73

ולענגו”,

ע”ד ווי דער ענין והפכתי אבלם לששון 74 .

ובפרט אַז דאָס איז דער תוכן פון יום השבת בכלל,

ווי עס שטייט אין תו”כ 75

אויף מזמור שיר ליום השבת 76

-„למשבית מזיקים מן העולם”,

און ווי דער צ”צ 77

איז דאָס מבאר,

אַז שלימות ענין השבת איז אַז מ’איז מהפך די מזיקים לטוב;

וואָס מעין זה איז געווען בשבת בתחילת הבריאה,

ביז אַז דאָס איז געווען בגשמיות ממש,

ווי חז”ל זאָגן 78

„ל”ו שעות שמשה אותה האורה”.

ד.

ה.

אַז שבת בשלימותה טוט אויף בגלוי דעם ענין האתהפכא פון די בין המצרים,

וואָרום ענין שלימות השבת 79

(ווי עס איז געווען בגלוי בתחילת הבריאה)

איז צו מהפך זיין דעם חושך הלילה לאור - „ולילה כיום יאיר”,

היפך ענין הגלות און בין המצרים וואָס איז מהפך יום ללילה 80

-

ובמילא קומט אויס,

אַז בשעת י”ז בתמוז

(באַלד ביים אָנהייב פון די בין המצרים)

איז חל בשבת,

טוט זיך אויף דער ענין פון מקדים רפואה למכה פון בין המצרים - עס איז מהפך די ימים גלייך בתחילתן;

און דאָס מאַכט לייכטער די עבודת האדם אין די בין המצרים,

די עבודה פון „מטות” און „מסעי” און ווי זיי זיינען ביחד,

כנ”ל,

אין דעם אתהפכא פון נפה”ב און גלות.

יב.

ועד”ז איז מצד די פרשה בתורה,

פ’ בלק,

וואָס איר תוכן זיינען די ברכות פון בלעם,

וועלכע זיינען אויך געווען באופן פון „ולא אבה ה”א לשמוע אל בלעם ויהפך ה”א לך את הקללה לברכה” 81 .

וואָס דער אויפטו דערביי איז געווען,

ניט נאָר דער עצם ענין פון „ויהפך ה”א לך את הקללה לברכה”,

נאָר וואָס דאָס איז געווען דוקא דורך בלעם’ן וואָס איז דער לעו”ז פון משה,

ד.

ה.

דער תכלית ההיפך פון קדושה 82 .

נאָכמער: דער סיום פון זיין נבואה איז געווען בנוגע „אחרית הימים”,

וועגן דער גאולה דורך משיח צדקנו

(ווי דער רמב”ם איז מבאר 83 ),

וואָס וועט אַרויסנעמען אידן פון דעם גלות פון בין המצרים לגמרי .

און בשעת די אַלע ענינים קומען צוזאַמען: מטות ומסעי זיינען מחוברים,

ובמילא לייענט מען אויך פ’ פינחס אין בין המצרים,

און בפרט אין דער קביעות פון היינטיקן יאָר,

אַז התחלת ימי המצרים איז בשבת און מען לייענט פ’ בלק - איז דאָס נאָכמער ממהר דעם „יהפכו ימים אלו לששון ולשמחה”,

אַז פון דעם מקל שקד זאָל ווערן די שקידה לטובה,

שקידת הגאולה,

עס זאָל זיין די „שקדתי להכניס בני לא”י מיד” 84 ,

בשעתא חדא וברגעא חדא זאָל זיין די גאולה ע”י משיח צדקנו למטה מעשרה טפחים.

(משיחות שבת פ’ מטו”מ,

תשכ”ט תשל”ג,

תשל”ה ש”פ פינחס תשל”ז)

Reader controls and commentary are loading.