א.
ביים סיום פון דער סדרה -נאָכדעם ווי די פרשה רעכנט אויס די קרבנות: תמיד,
די מוספים פון שבת,
ר“ח און פון יעדן מועד - שטייט: ויאמר משה אל בני ישראל ככל אשר צוה ה‘ את משה.
פאַרוואָס דאַרף דער פסוק זאָגן אַז משה האָט דאָס אַלץ איבערגעגעבן צו די בני ישראל - צי דען איז נויטיק צו לאָזן וויסן,
אַז משה האָט מקיים געווען דעם אויבערשטנ‘ס אָנזאָג 1
צו אים „צו את בנ“י ואמרת אליהם את קרבני וגו‘“?
און ווי מ‘געפינט דאָך בכמה מקומות 2
אַז עס שטייט נאָר דער ציווי ה‘ אל משה,
און ניט ווי משה האָט עס דערנאָך איבערגעגעבן צו אידן,
[און דער טעם איז פשוט: ס‘איז פאַרשטאַנדיק פון זיך אַליין,
אַז וויבאַלד דער אויבערשטער האָט עס געזאָגט צו משה‘ן כדי ער זאָל דאָס איבערגעבן צו אידן,
האָט משה זיכער אַזוי געטאָן
(און ס‘איז אויף אַזויפיל פשוט,
אַז מ‘געפינט ניט אַז רש“י זאָל דאָס באַוואָרענען אין זיין פירוש 3 )]
היינט פאַרוואָס דאַרף עס דאָ דער פסוק יע דערציילן?
איז רש“י אויף דעם מפרש: להפסיק הענין,
דברי רבי ישמעאל 4 ,
לפי שעד כאן דבריו של מקום ופרשת נדרים מתחלת בדבורו של משה,
הוצרך להפסיק תחלה ולומר שחזר משה ואמר פרשה זו לישראל,
שאם לא כן יש במשמע שלא אמר להם זו אלא בפרשת נדרים התחיל דבריו.
מ‘דאַרף אָבער פאַרשטיין: אמת טאַקע אַז אויב ס‘וואָלט ניט געשטאַנען דער פסוק
(„ויאמר משה אל בנ“י גו‘“)
וואָלט געווען משמעות הכתובים
(היות אַז ערשט נאָכדעם - פרשת נדרים „מתחלת בדבורו של משה“)
אַז די פריערדיקע פרשה האָט משה ניט איבערגעזאָגט צו אידן - ווי קען אָבער פאָרט זיין אפילו אַ קס“ד,
אַז משה האָט ניט מקיים געווען דעם אויבערשטנ‘ס אָנזאָג „צו את בנ“י ואמרת אליהם“ 5 ?
ב.
דער רמב“ן איז מפרש דעם פשט אין ר‘ ישמעאל‘ס ווערטער 6
„להפסיק הענין“: אויב ס‘וואָלט ניט געשטאַנען דער פסוק „ויאמר משה גו‘“ וואָלט מען ניט געוואוסט צו וועלכער פרשה עס באַציט זיך דער פסוק 7
„וידבר משה אל ראשי המטות גו‘“: צי לאחריו - צו די דינים פון פ‘ מטות,
אָדער לפניו - צו די דינים פון אונזער פרשה; דעריבער שטייט ביים סיום פון אונזער פרשה „ויאמר משה אל בנ“י גו‘“ כדי „להפסיק הענין“,
מ‘זאָל וויסן אַז מיט „וידבר משה אל ראשי המטות גו‘“ הויבט זיך אָן אַ נייער ענין - די פ‘ נדרים.
[וואָס אַזוי איז דער פשט אין „להפסיק הענין במקומות רבים בספרא ובספרי“,
ווי דער רמב“ן זאָגט,
און ווי ער איז מוסיף נאָכמער,
אַז רש“י אַליין זאָגט 8
אויפן פסוק
(ווייטער אין פ‘ מטות 9 )
„ועתה הרגו גו‘ וכל אשה גו‘ הרגו“,
אַז דער צווייטער „הרגו“ שטייט „להפסיק הענין“,
און ער טייטשט אויס,
אַז אויב נאָך „וכל אשה גו‘“ וואָלט ניט געשטאַנען נאָכאַמאָל „הרגו“,
וואָלט מען ניט געוואוסט צי „וכל אשה גו‘“ געהערט צום פריערדיקן סוג פון „הרגו כל זכר גו‘“,
אָדער צום ווייטערדיקן 10
- „וכל הטף גו‘ החיו לכם“].
אין פירוש רש“י דאָ - קען מען אָבער אַזוי ניט לערנען.
ווייל רש“י
(איז משנה פון לשון הספרי 11
(„איני יודע במה ענין מדבר“)
און)
שרייבט בפירוש,
אַז ווען ניט דער פסוק „ויאמר משה גו‘“ וואָלט מען אַ טעות געהאַט
(ניט אַז דער שפּעטערדיקער פסוק „וידבר משה אל ראשי המטות גו‘“ באַציט זיך צו פריער,
ווי לויטן פי‘ הרמב“ן,
נאָר)
אַז „לא אמר להם זו
(אלא בפרשת נדרים התחיל דבריו)
“ 12 .
ג.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין
(ווי דער רמב“ן פרעגט)
: אויך אין פ‘ אמור,
ביים סוף פון פרשת המועדות,
זאָגט דער פסוק 13
„וידבר משה את מועדי ה‘ אל בני ישראל“; און מ‘געפינט טאַקע אין מדרשי רז“ל 14
כמה ביאורים פאַרוואָס עס דאַרף שטיין דער פסוק.
רש“י אָבער שטעלט זיך ניט אָפּ אויף דעם.
איז ניט מובן: אויב אין פשש“מ פאָדערט זיך ביאור - פאַרוואָס דער פסוק דערציילט אַז משה האָט איבערגעגעבן דעם ציווי ה‘ וועגן מועדים צו אידן - האָט עס רש“י געדאַרפט מסביר זיין דאָרט וואו מ‘געפינט עס אין פסוק צום ערשטן מאָל 15
(פריער אין פ‘ אמור)
און ניט וואַרטן ביז אונזער פסוק?
נאָכמער: די הסברה וואָס רש“י זאָגט דאָ - ווייל נאָר „עד כאן דבריו של מקום וכו‘“ - קען מען ניט זאָגן אין פ‘ אמור,
ווייל דאָרטן הויבט זיך אָן די פרשה שלאח“ז מיט „דבריו של מקום“ - „וידבר ה‘ אל משה לאמר“.
ד.
דער טעם פאַרוואָס אָט די קשיא - צוליב וואָס דאַרף שטיין אַז משה האָט איבערגעגעבן דעם ציווי צו בנ“י - ווערט דוקא דאָ און ניט אין פ‘ אמור,
קען מען זאָגן גאָר פשוט:
פ‘ המועדות פון פ‘ אמור איז געזאָגט געוואָרן בסמיכות צו הקמת המשכן 16
(נאָך פאַרן מנין בנ“י - „באחד לחודש השני“ - וועגן וועלכן עס ווערט דערציילט אין חומש במדבר 17 )
; און צווישן די מצות און דינים דאָרטן,
זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זייער קיום איז שייך דוקא אין א“י
(לדוגמא: עומר 18 ,
חדש 19 ,
שתי הלחם 20 )
-
וואָלט מען דעריבער געקענט מיינען: אמת טאַקע אַז משה האָט זיכער איבערגעגעבן אַלע ציוויי ה‘ צו אידן - און נאָכמער: בכלל האָט ער דאָס געטאָן גלייך נאָכן הערן דעם ציווי פון אויבערשטן,
ווי פאַרשטאַנדיק פון פירוש רש“י
(ביי מ“ת 21 )
„שלא הי‘ משה פונה לעסקיו אלא מן ההר אל העם“ - אָבער אין דעם פאַל האָט ער ניט
(אַלע פרטי דינים)
איבערגעגעבן גלייך,
היות זיי זיינען ניט נוגע למעשה באַלד 22
אין יענעם זמן 23
- בעת אַז,
ער,
משה איז געווען פאַרנומען 24
מיט ענטפערן „הדבר הקשה“ וואָס „יביאון אל משה“ 25 ,
מיט „והודעת להם את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון“ 26
אין טאָג טעגליכען לעבן.
ובפרט לויט דער דיעה פון מתניתא
(בפרש“י אמור 27 )
וואָס משמעותה אַז פ‘ המועדות דאָרט איז געזאָגט געוואָרען נאָך פ‘ דגלים - זיינען געווען פילע 28
אַנדערע פרשיות וואָס זיינען דעמאָלט געווען נוגע למעשה
(לדוגמא: מנין בנ“י,
דגלים,
מסעות,
פסח שני וכו‘).
דערפאַר איז דער פסוק דאָרט מוסיף צום סוף „וידבר משה את מועדי ה‘ אל בני ישראל“ - אַז ער האָט באַלד איבערגעגעבן אַלע פרטי דינים פון דער פרשה צו אידן
(און דאָס גופא לערנט אונז,
אַז דער ציווי צו משה „דבר אל בנ“י ואמרת אליהם מועדי ה‘ וגו‘“ האָט געמיינט אַז ער זאָל זיי באַלד איבערגעבן די אַלע דינים)
;
משא“כ אין אונזער פרשה,
וואו ס‘איז ניטאָ קיין טעם אויף אָפּצולייגן,
איז דאָך מובן מאליו,
כנ“ל,
אַז נאָכן ציווי פון אויבערשטן „צו את בנ“י ואמרת אליהם גו‘“ האָט משה גלייך איבערגעגעבן די אַלע דינים; בפרט אַז ס‘רעדט זיך וועגן סוף ארבעים שנה,
וואָס אם לא עכשיו אימתי* 28 ?
ווערט דעריבער שווער: וואָס דערציילט אונז דער פסוק „ויאמר משה אל בני ישראל גו‘“ - מאי קמ“ל?
אויף דעם ענטפערט רש“י „להפסיק הענין ..
שאם לא כן יש במשמע שלא אמר להם זו אלא בפרשת נדרים התחיל דבריו“,
כדלקמן סעיף ז‘.
ה.
עפ“ז איז אויך מובן פאַרוואָס רש“י איז מעתיק דעם נאָמען פון בעל המאמר - „דברי רבי ישמעאל“ 29
:
דער ביאור הנ“ל פאַרוואָס עס דאַרף שטיין אין פ‘ אמור „וידבר משה גו‘ אל בנ“י“ - ווייל אויב ניט וואָלט מען געמיינט אַז ער האָט עס אָפּגעלייגט אויף שפּעטער
(וואָס לויט דעם ביאור דאַרף מען זוכן אַ תירוץ אויפן פסוק אין אונזער סדרה)
- איז מתאים נאָר לויט דעת רבי ישמעאל 30 ,
אַז „כללות נאמרו בסיני ופרטות באהל מועד“ 31 ,
ובמילא איז אויך דאָ אַן אָרט צו זאָגן,
כנ“ל,
אַז משה האָט אָפּגעוואַרט מיטן איבערגעבן די פרטי הדינים פון די מועדים;
אָבער לויט זיין בר פלוגתא - רבי עקיבא - וואָס האַלט אַז „כללות ופרטות נאמרו בסיני ונשנו באהל מועד ונשתלשו בערבות מואב" 31 ,
קומט אויס,
אַז מ‘האָט געזאָגט אַלע פרטי המצות אפילו ווען ס‘איז ניט געווען נוגע למעשה; היינט פאַרוואָס זאָל מען זאָגן אַז דאָ האָט ער אָפּגעוואַרט מיטן איבערגעבן די דינים ביז שפּעטער?
ובמילא דאַרף מען זאָגן,
אַז לויט רע“ק איז עס מעיקרא קיין קשיא ניט -ווייל
(ער האַלט אַז)
אַזוי איז דער דרך הכתוב 32 ,
אַז אַמאָל שטייט דער דיבור ה‘ אל משה,
אַמאָל - דער דיבור משה לבנ“י,
און אַמאָל - ביידע.
איז במילא אויך ניט קיין קשיא אויף דעם פסוק אין אונזער פרשה.
און מ‘קען ניט פרעגן: פאַרוואָס קען מען ניט זאָגן דעם תירוץ - אַז דער פסוק שטייט
(ניט בכדי צו שולל זיין אַ טעות אינעם תוכן הפרשה,
נאָר)
בלויז מצד דרך הכתוב כו‘ - אויך לויט רבי ישמעאל?
- ווייל יש לומר,
אַז אין דעם גופא איז תלוי די פלוגתא הנ“ל פון רבי עקיבא און רבי ישמעאל:
לויט רע“ק אַז „כללות ופרטות נאמרו בסיני ונשנו באהל מועד ונשתלשו בערבות מואב“,
דאַרף מען זאָגן,
אַז הגם אַז אַלע מצות בכללות ובפרטות זיינען געזאָגט געוואָרן דריי מאָל,
בסיני באהל מועד ובערבות מואב,
איז אָבער די תורה ניט מפרט ומפרש אין דריי ערטער די אַלע מצות ופרטיהן,
און בלויז אַ חלק פון זיי אין צוויי ערטער,
ועד“ז בעניננו: אַמאָל איז די תורה מפרט
(אויך)
דעם דיבור פון משה לבנ“י און אַמאָל ניט 33 .
דער טעם פון ר“י אַז „כללות נאמרו בסיני ופרטות באהל מועד“ קען מען זאָגן 34
: ער האַלט,
אַז בכלל דאַרף מען אָננעמען,
אַז יעדער פרט וענין ווי ער ווערט געשריבן אין תורה איז ווי דאָס איז געווען בפועל
(סיידן ס‘איז דאָ אַ הכרח אויף ניט אַזוי)
; און דעריבער האַלט ער,
אַז די פרטי המצות זיינען געזאָגט געוואָרן דאָרטן וואו עס שטייט אַזוי בפירוש אין תורה
(און ניט דריי מאָל - בסיני באוה“מ ובערבות מואב 35 )
;
ועד“ז בעניננו: וויבאַלד אַז די תורה איז מפרש ומפרט דוקא דאָ „וידבר משה גו‘ אל בנ“י“,
דאַרף מען זאָגן,
אַז דאָס איז דערפאַר וואָס ס‘איז דאָ אַ חידוש אין דעם וועלכער איז שייך צו דער פרשה.
ו.
דעם טעם,
וואָס כללות עניני המועדות איז צעטיילט אין צוויי פרשיות
-
(א)
אין פ‘ אמור,
וואו דער עיקר הדגשה איז אויף איסור מלאכה
(און אויף די מצות פון יעדן יו“ט),
עס ווערט דאָרט אָבער אויך גערעדט
(ובכללות)
וועגן די קרבנות פון יעדן יו“ט;
(ב)
אין אונזער פרשה,
וואו די הדגשה עיקרית איז אויף די פרטי הקרבנות וואָס מ‘ברענגט יעדן
(טאָג,
שבת,
ר“ח און)
יו“ט,
אָבער ס‘ווערט דאָ אויך דערמאָנט וועגן איסור מלאכה פון יו“ט -
קען מען מבאר זיין אויף צוויי אופנים:
א)
זיי זיינען געזאָגט געוואָרן צו משה‘ן אַלס באַזונדערע צוויי פרשיות אין באַזונדערע צייטן: פ‘ אמור -בסמיכות צו הקמת המשכן,
פרשתנו -צום סוף פון די ארבעים שנה.
[און דאָס וואָס מען האָט די פרשת הקרבנות פון פרשתנו ניט געזאָגט באַלד נאָך הקמת המשכן
(אע“פ אַז בפשטות י“ל אַז מען האָט געבראַכט די אַלע קרבנות אויך אין מדבר 36
- אַ חוץ די וואָס ס‘איז מפורש „כי תבואו אל הארץ“),
קען מען זאָגן:
דער אויפטו פון אונזער פרשה איז: „צו את בנ“י ואמרת אליהם גו‘“ - דער זירוז־אָנזאָג צו אַלע אידן 37
אַז די קרבנות צבור זאָלן געבראַכט ווערן בזמנם; אָבער די פרטי הקרבנות גופא זיינען שוין אָנגעזאָגט געוואָרן צו משה‘ן פון פריער,
און ער האָט זיי איבערגעגעבן צו די יחידים וואָס האָבן זיך פאַרנומען מיט הקרבת הקרבנות -אהרן ובניו הכהנים].
ב)
ביידע פרשיות זיינען געזאָגט געוואָרן צו משה‘ן צוזאַמען 38
-ואדרבה: פרשת הקרבנות
(דפרשתנו)
איז געזאָגט געוואָרן קודם לפרשת המועדות
(פון אמור)
[וואָס דערפאַר שטייט אין פרשת המועדות 39
„והקרבתם אשה גו‘“ סתם
(ניט אויסטייטשנדיק וואָס פאַר אַ קרבן מ‘דאַרף ברענגען)
ווייל די פרטי הקרבנות האָט מען שוין געזאָגט צו משה‘ן פון פריער],
נאָר אעפ“כ
(צוליב אַ טעם)
האָט די תורה אַריינגעשטעלט די פרשה פון קרבנות דאָ אין אונזער פרשה
(בסוף ארבעים שנה),
ווי דער כלל
(וואָס רש“י ברענגט אַראָפּ בכמה מקומות בפירושו 40 )
„אין מוקדם ומאוחר בתורה“.
און לויט דעם אופן - אַז ביידע פרשיות
(דאמור ודפרשתנו)
זיינען געזאָגט געוואָרן צו משה‘ן בזמן אחד - וואָלט געווען מסתבר,
אַז דער אָנזאָג אין אָנהויב פרשת המועדות
(אין אמור 41 )
„דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם מועדי ה‘ גו‘“ מיינט צו אויסטיילן די ווייטערדיקע פרטים פון אַלע דיני המועד וואָס דער אויבערשטער האָט שוין פריער געזאָגט משה‘ן
(די פרטי דינים שבפרשתנו),
אַז דוקא זיי דאַרף ער איבערגעבן אַלע אידן - און ניט די דינים וואָס שטייען אין אונזער פרשה
(ווייל זיי זיינען ניט נוגע צו אַלע אידן 42 ,
כנ“ל).
[און דערמיט וואָלט מען אויך מבאר געווען דעם טעם השינוי אין לשון הכתוב צווישן פרשת המועדות
(פ‘ אמור)
און פרשת הקרבנות
(דפרשתנו)
- דאָרטן הויבט זיך אָן יעדער מועד 43
מיט אַ נייעם דיבור
(„וידבר ה‘ אל משה לאמר דבר אל בנ“י גו‘“) 44
; דאַקעגן אין אונזער פרשה שטייט נאָר ביים אָנהויב פרשה אַ ציווי כללי - „צו את בנ“י ואמרת אליהם“:
די הקדמה „צו את בנ“י גו‘“ אין אונזער פרשה איז אַ הקדמה כללית צו כללות פרשת המועדות והקרבנות
(פון אונזער פרשה און פון פ‘ אמור)
; דערנאָך איז געווען דער צווייטער ציווי „דבר אל בנ“י ואמרת אליהם“ - דער אָנזאָג וועלכע פרטי דינים ער דאַרף איבערגעבן אַלע אידן
(- די וואָס שטייען אין פ‘ אמור,
כנ“ל).
און דעריבער,
כדי דאָס מדגיש זיין נאָכמער,
האָט דער אויבערשטער מפרט געווען ביי יעדן מועד 43
באזונדער „דבר אל בנ“י“].
ז.
וויבאַלד אַז דער כלל „אין מוקדם ומאוחר בתורה“ ווערט געזאָגט
(ע“פ פשש“מ)
דוקא אין פאַל ווען מ‘מוז אָננעמען אַז די פרשיות זיינען ניט לויטן סדר הזמנים 45
(ווי גערעדט שוין פיל מאָל 46 )
- איז פאַרשטאַנדיק,
אַז ע“פ פשש“מ איז פרשת הקרבנות
(דפרשתנו)
געזאָגט געוואָרן לבסוף ארבעים שנה,
און ווי רש“י איז מדייק אויפן פסוק 1
„צו את בנ“י
(ואמרת אליהם את קרבני לחמי גו‘)
“: „מה אמור למעלה כו‘“ -ניט „למה נסמכה פרשת יפקוד ה‘ לפרשת הקרבנות כו‘“ 47
- ווייל בפשטות דאַרף מען אָננעמען אַז פרשת הקרבנות איז
(ניט נאָר „נסמכה“ דאָ -ד.
ה.
אַז זי איז נאָר געשריבן געוואָרן בסמיכות אהער אָבער געזאָגט געוואָרן פריער - נאָר זי איז)
געזאָגט געוואָרן דאָ.
ווען ס‘וואָלט אָבער ביים סוף פון פרשת הקרבנות דאָ ניט געשטאַנען „ויאמר משה אל בנ“י גו‘“ - וואָס דעמאָלט „יש במשמע“ אַז „בפרשת נדרים התחיל דבריו“ און „לא אמר להם זו“ - וואָלט דאָס מכריח געווען צו זאָגן,
אַז די פרשה שטייט שלא במקומה: זי איז געזאָגט געוואָרן צו משה‘ן צוזאַמען מיט
(און נאָך פאַר)
פרשת המועדות פון פ‘ אמור
[נאָר די תורה איז מסמיך די פרשה דאָ צוליב אַ געוויסן טעם 48 ],
ובמילא,
איז - „לא אמר להם זו“
(די פרטי דינים פון אונזער פרשה).
צו אַלע אידן האָט ער געזאָגט נאָר די דינים פון פ‘ אמור,
כנ“ל סעיף ו‘.
און דעריבער מוז שטיין דער פסוק „ויאמר משה אל בנ“י גו‘“ ביים סוף פון אונזער פרשה - צו קלאָר מאַכן,
אַז משה האָט איבערגעגעבן אויך די פרשה צו אַלע אידן; און דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז די פרשה איז געזאָגט געוואָרן דאָ,
וכפשטות הכתובים אַז די פרשיות קומען על הסדר.
ח.
נאָך אַ שינוי צווישן פרשת המועדות
(פון אמור)
און פרשת הקרבנות
(דפרשתנו)
: דאָרטן שטייט בסיום הפרשה „וידבר משה גו‘“ און דאָ - „ויאמר משה גו‘“.
וי“ל דער ביאור בזה
(ע“ד ההלכה) 49
:
אין פ‘ אמור,
וואו עס רעדט זיך
(בעיקר)
וועגן דינים וואָס זיינען נוגע אין אַלע זמנים בשווה - איסור מלאכה ביו“ט,
די מצות פון יעדן יו“ט כו‘ -ווערט געזאָגט בלשון „וידבר“,
וואָס ווייזט אויף אַ זאַך וואָס איז „נמשך ולא נפסק“ 50
;
משא“כ אין אונזער פרשה וואו ס‘רעדט זיך
(בעיקר)
וועגן קרבנות,
וואָס זיינען ניטאָ
(כפשוטו)
בזמן הגלות - ס‘איז דאָ נאָר דער כל העוסק בתורת עולה כו‘ כאילו הקריב כו‘ 51
- שטייט לשון אמירה 52 .
ועוד:
די דינים פון מועדים וואָס זיינען דאָ אין אַלע זמנים בשווה שטייט ביי זיי „וידבר“ וואָס איז אַ לשון קשה 53
: דער אויבערשטער מאָנט בתוקף 54
ביי אידן אַז מ‘זאָל מקיים זיין די מצות
(אָן אונטערשייד צי בזמן ביהמ“ק,
אָדער בזמן הגלות).
משא“כ אָט דאָס וואָס אַ איד דאַרף זיך עוסק זיין בתורת עולה כו‘ בזמן הגלות 55
איז עס ניט אַ ציווי וחיוב והכרח גמור - מען מאָנט עס ניט בלשון קשה.
ואדרבא - אידן מאָנען 56
: יהי רצון מלפניך כו‘ שתשוב כו‘ ותבנהו
(דעם ביהמ“ק)
מהרה כו‘ ושם נעשה לפניך את קרבנות חובותינו כו‘ כמצות רצונך כמו שכתבת עלינו בתורתך
(געמיינט - פרשתנו)
- ניט נאָר עוסק בתורת כו‘ כאילו הקריב.
דעריבער שטייט בפרשתנו „ויאמר“ - לשון רכה 57
: דער אויבערשטער בעט זיך ביי אידן אַז זיי זאָלן זיך עוסק זיין ב„סדר קרבנות“
(כולל בפרט - פון אונזער פרשה 58 ),
זאָגן די פסוקים בתפלות היום
ובכלל זיך עוסק זיין בתורת עולה כו‘
(וואָס דורכדעם איז כאילו הקריב כו‘)
- און דאָס וועט ברענגען דעם הקריב עולה וכו‘ כפשוטו
- המלך המשיח כו‘ בונה המקדש כו‘ וחוזרין כו‘ מקריבין קרבנות כו‘ ככל מצותה האמורה בתורה 59
במהרה בימינו ממש,
וכנ“ל - ושם נעשה לפניך את קרבנות חובותינו כו‘ כמצות רצונך.
(משיחת ש“פ פינחס תשכ“ה)