א.
אויף די ווערטער פון פסוק 1
„ויהי אחרי המגפה“ איז רש“י מוסיף וגו‘* 1
- וואָס איז מרמז אויף דעם וואָס עס קומט באַלד נאָכדעם,
דער ציווי צו ציילן אידן: „ויאמר ה‘ אל משה וגו‘ שאו את ראש כל עדת בנ“י וגו‘“ און איז מפרש: „משל לרועה שנכנסו זאבים לתוך עדרו והרגו בהן והוא מונה אותן לידע מנין הנותרות“.
לערנענדיק בפשטות
(און ווי עס טייטשן מפרשי רש“י 2 )
וויל דערמיט רש“י באַוואָרענען: פון דעם לשון ווי דער פסוק איז מדגיש „ויהי אחרי המגפה גו‘“ איז מובן,
אַז דערמיט ווערט געמיינט ניט נאָר צו דערציילן אַז דער מנין איז פאָרגעקומען נאָך דער פריערדיגער געשעהניש* 2
(מגפה),
נאָר אויך אַז דער מנין איז געווען אין צוזאַמענהאַנג מיט דער מגפה -שטעלט זיך די שאלה: אין וואָס באַשטייט די שייכות צווישן דער מגפה און מנין בנ“י?
- איז עס רש“י מסביר דורך דעם „משל לרועה כו‘ והוא מונה אותן לידע מנין הנותרות“.
ס‘איז אָבער שווער אַזוי לערנען,
ווייל דאָס
(דער מנין)
איז מלכתחילה ניט קיין חידוש ביים תלמיד: נאָכדעם ווי רש“י האָט שוין פריער מפרש געווען
(אין אָנהייב פ‘ במדבר)
: „מתוך חבתן לפניו מונה אותן כל שעה“,
וואָס „כל שעה“ מיינט צו יעדער צייט ווען עס איז געוואָרן אַ שינוי אין מצב בנ“י 3
- ווי רש“י איז דאָרט ממשיך: „כשיצאו ממצרים כו‘ וכשנפלו בעגל כו‘ כשבא להשרות שכינתו כו‘“ - פאַרשטייט שוין דער תלמיד אויך בנדו“ד,
אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געהייסן ציילן די אידן נאָך דער מגפה,
איז עס „מתוך חבתן לפניו“
(פּונקט ווי „וכשנפלו בעגל מנאן לידע מנין הנותרים“).
און אפילו את“ל אַז רש“י וויל זיך ניט פאַרלאָזן אַז דער תלמיד וועט געדענקען וואָס ער האָט געלערנט אין פ‘ במדבר - וואָלט אויך דאַן געווען גענוג צו
(דערמאָנען דאָס דעם תלמיד,
דורך)
זאָגן בקיצור: „לידע מנין הנותרים“.
ב.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין:
א)
וואָס גיט צו דער משל,
וואָס רש“י ברענגט,
אין דער הסברה פון נמשל?
לכאורה,
איז דער נמשל פאַר זיך
(אָן דעם „משל לרועה וכו‘“)
גענוג קלאָר און פשוט 4
: משה רבינו,
דער רועה ישראל וואָס האָט זיך מוסר נפש געווען פאַר צאן מרעיתו,
האָט געציילט די אידן בכדי צו וויסן דעם „מנין הנותרות“ וועלכע ער דאַרף רועה זיין.
ב)
דער „משל לרועה כו‘ והוא מונה אותן לידע מנין הנותרות“ - אַז דער רועה איז דער וואָס וויל וויסן „מנין הנותרות“ - איז,
לכאורה,
ניט מכוון צום נמשל,
וואו דער אויבערשטער,
דער בעל הצאן,
האָט געהייסן ציילן די אידן
(און ניט אַז משה - דער „רועה“ - מצד עצמו האָט געוואָלט וויסן זייער צאָל).
בדוחק קען מען איינטייטשן אין כוונת הנמשל,
אַז דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה‘ן אַן ענין וואָס איז אים
(משה)
געווען נוגע - כשם ווי דאָס איז נוגע דעם רועה אין משל - עס בלייבט אָבער קשה:
רש“י האָט מלכתחילה געקענט ברענגען אַ משל
(ניט פון אַ „רועה“,
נאָר)
פון אַ „בעל הצאן“?
ג)
נאָכמער: אין תנחומא 5
(און במדבר רבה 6 )
ווערט טאַקע געבראַכט דער משל ניט פון אַ „רועה“,
נאָר משל „לזאב שנפל על הצאן הוצרך 7
בעל הצאן למנותם כו‘“ - און רש“י איז משנה און שרייבט „משל לרועה כו‘“ 8 .
ד)
נאָך גרעסער איז די תמי‘: רש“י אַליין ברענגט אין פ‘ תשא 9
(ביים ציילן די אידן נאָך „מעשה העגל מפני שנכנס בהם מגפה“)
: „משל לצאן החביבה על בעלי‘ שנפל בה דבר ומשפסק אמר לו לרועה בבקשה ממך מנה את צאני ודע כמה נותרו בהם כו‘“ - היינט פאַרוואָס זאָגט רש“י דאָ „משל לרועה כו‘“?
ה)
נאָך שינויים:
(א)
אין פ‘ תשא זאָגט רש“י „משל כו‘ שנפל בה דבר“,
און דאָ - „שנכנסו זאבים 10
לתוך עדרו“?
(ב)
אין פ‘ תשא איז ער מדגיש אין משל דעם ענין פון חביבות
(„להודיע שהיא חביבה עליו“),
משא“כ דאָ,
אין משל פון רועה,
ווערט עס אינגאַנצן ניט דערמאָנט 11 .
(ג)
אין די מדרשים איז דער לשון „על הצאן“,
„לתוך הצאן“ 6
-רש“י איז משנה און זאָגט „לתוך עדרו“.
ג.
דערנאָך איז רש“י ממשיך: „ד“א כשיצאו ממצרים ונמסרו למשה נמסרו לו במנין עכשיו שקרב למות ולהחזיר צאנו מחזירם במנין“.
און ס‘איז מובן פאַרוואָס רש“י שטעלט דעם פירוש אַלס „ד“א“ - און ניט אַלס פירוש ראשון ועיקרי - ווייל לויט דעם פירוש איז ניט מוסבר די שייכות פון „שאו וגו‘“ צו „ויהי אחרי המגפה“ 12 .
ס‘איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק לאידך גיסא: וואָס איז שווער אין דעם ערשטן פירוש וואָס צוליב דעם ברענגט ער דעם צווייטן פירוש,
לויט וועלכען ס‘איז ניטאָ די שוועריקייט 13 ?
ד.
דער ביאור אין דעם:
רש“י איז דאָ אויסן צו מפרש זיין ניט
(נאָר)
דעם קישור צווישן „ויהי אחרי המגפה“ און „שאו גו‘“ - וואָרום,
כנ“ל,
דאָס ווייסט מען שוין פון פרש“י אין פ‘ תשא און במדבר - נאָר אַן ענין וואָס איז שווער אין די ווערטער „ויהי אחרי המגפה וגו‘“ פאַר זיך:
אין סוף פ‘ בלק ווערט דערציילט אַז די „נצמדים לבעל פעור“ זיינען נענש געוואָרן אויף צוויי אופנים:
(א)
„ויחר אף ה‘ בישראל - שלח בהם מגפה“ 14
און „המתים במגפה ארבעה ועשרים אלף“ 15 .
(ב)
„ויאמר גו‘ שופטי ישראל הרגו איש אנשיו“ 16 ,
און ווי רש“י טייטשט עס אָפּ 17
: „כל אחד ואחד מדייני ישראל הי‘ הורג שנים ודייני ישראל שמונה 18
רבוא ושמונת אלפים כדאיתא בסנהדרין“ 19
; און לויט דעם חשבון קומט אויס,
אַז די הרוגים
(דורך די שופטי ישראל)
זיינען געווען איבער הונדערט און זיבעציק 20
טויזנט 21 .
עפ“ז איז דאָ אַ תמי‘ גדולה אין אונזער פסוק: פאַרוואָס איז דער פסוק מדגיש „אחרי המגפה“,
אַז דער מנין איז געווען בכדי צו וויסן וויפל עס זיינען געווען די נותרים פון דער מגפה -לויטן חשבון דאַרף דאָך זיין וויכטיקער צו וויסן דעם „מנין הנותרים“ פונעם „הרגו איש אנשיו“,
וואו דער מספר ההרוגים איז געווען מער ווי זיבן 22
מאָל אַזויפיל פונעם מספר „המתים במגפה“ 23 ?
!
און צו פאַרענטפערן די תמי‘ ברענגט רש“י „משל לרועה שנכנסו זאבים כו‘“,
וכדלקמן.
ה.
דער חילוק,
אין פשטות,
צווישן אַ „בעל הצאן“ וואָס הייסט דעם רועה ציילן זיין צאן „לידע מנין הנותרות“,
און אַ „רועה“ וואָס ציילט זיי פון זיך אַליין
(פאַר דעם צוועק)
:
ווען דער בעל הצאן הייסט ציילן די צאן בכדי צו וויסן „מנין הנותרות“ קומט עס אַלס תוצאה און ער איז דערמיט אויסן אויסצודריקן די חביבות פון די צאן
(ווי רש“י זאָגט אין פ‘ תשא: „מנה את צאני כו‘ להודיע שהיא חביבה עליו“),
ד.
ה.
ס‘איז דאָ נוגע נאָר דאָס וואָס די
(געציילטע)
צאן זיינען געבליבן גאַנץ; און ס‘איז דערין קיין נפקא מינה ניט צי אינעם אומגליק פון די אומגעקומענע צאן איז דער רועה שולדיק אָדער ניט - דער עיקר איז די גאַנצקייט פון די צאן ש„נותרו בהם“.
דאַקעגן ווען דער רועה ציילט די צאן „לידע מנין הנותרות“,
איז דאָס בעיקר
(ניט בכדי אַרויסצואווייזן זיין חביבות צו די „נותרות“,
נאָר)
מצד דעם תפקיד פון אַ רועה - מיט דער כוונה און תכלית זיך אָפּגעבן מער מיט די „צאן הנותרות“,
צו פאַרהיטן זיי אַ צווייטן מאָל פון אַן ענלעכן אומגליק־פאַל.
און דעריבער איז מובן,
אַז דאָס איז בעיקר שייך ווען דער רועה פילט זיך שולדיק אין דעם וואָס עס האָבן געפעלט צאן פון עדר; אויב אָבער עס האָט פּאַסירט אין אַן אופן וואָס דער רועה האָט עס ניט געקענט באַוואָרענען,
דעמאָלט מאָנט זיך ניט ביי אים צו
(ציילן די צאן און)
וויסן דעם „מנין הנותרות“,
ווייל אין זיין אַרבעט אַלס רועה פון די צאן,
האָט גאָרניט געפעלט.
און דערמיט איז מובן דער שינוי,
וואָס אין דעם משל פון „בעל הצאן“
(אין פ‘ תשא)
זאָגט רש“י „שנפל בה דבר“,
און דאָ ביים „משל לרועה“ - „שנכנסו זאבים“:
אַ רועה קען ניט פאַרהיטן זיינע צאן פון „דבר“,
און איז דעריבער ניט שולדיק ווען „נפל בה דבר“; אָבער ער קען - ואדרבה,
דאָס איז זיין תפקיד -צו פאַרהיטן די צאן פון זאבים
(מיט אַ מקל וכיו“ב),
און אויב ס‘האָט פּאַסירט אַז „נכנסו זאבים כו‘ והרגו בהן“ איז דאָס דער שולד פון דעם רועה.
און דעריבער,
ביים משל פון „בעל הצאן“,
וואָס אין זיין חביבות צו די צאן איז ניטאָ קיין חילוק ווי אַזוי די צאן זיינען אומגעקומען כנ“ל,
זאָגט רש“י „נפל בה דבר“
(און דער מצב אין פ‘ תשא איז געווען
(מער)
בדוגמא צו „דבר“ 24 ,
וכדלקמן ס“ו)
; משא“כ ביים „משל לרועה כו‘“ זאָגט ער „נכנסו זאבים כו‘“,
ווייל אין אַזאַ פאַל רירט עס אָן דעם אופן מילוי התפקיד פון דעם „רועה“.
ו.
לויט דעם איז מובן דער תירוץ אויף דער אויבנדערמאָנטער תמי‘ אין די ווערטער „ויהי אחרי המגפה“ - דורך דעם „משל לרועה וכו‘“:
דאָס וואָס עס האָבן געפעלט אידן ר“ל דורך דעם וואָס די „שופטי ישראל“ האָבן גע‘הרג‘ט „איש אנשיו“ איז עס דאָך געווען אין אַן אופן וואָס ב“ד האָט זיי גע‘משפט און דן געווען למיתה,
ובמילא האָט זיך משה רבינו ניט געקענט פילן שולדיק אין זייער אומקום און צוליב דעם ציילן די „נותרים“.
אַנדערש איז אָבער די „מגפה“,
וואָס איר אָפּשטעל האָט געהאַט אַ שייכות מיט משה,
ווי רש“י ברענגט אַראָפּ אין ס“פ בלק 25
: „נתקבצו שבטו של שמעון כו‘ א“ל משה זו אסורה כו‘ נתעלמה ממנו הלכה“,
און ערשט נאָכדעם ווי פינחס „ראה מעשה ונזכר הלכה וכו‘“ 26
און האָט גע‘הרג‘ט זמרי איז - „ותעצר המגפה“ 27
; און הגם אַז דאָס וואָס „נתעלמה ממנו הלכה“ איז געווען אַן ענין וואָס איז געקומען מלמעלה מיט דער כוונה
(ווי רש“י זאָגט 26 )
„כדי שיבוא פינחס ויטול את הראוי לו“ -איז דאָס נאָר כלפי שמיא גליא אַז משה איז אין דעם ניט געווען שולדיק,
אָבער משה ביי זיך האָט געקאָנט טראַכטן,
אַז דאָס איז געווען ביי אים אַן ענין של שכחה 28 ,
וואָס האָט פאַרזאַמט אויף אַ וויילע דעם אָפּשטעל פון דער מגפה 29 .
און דאָס זאָגט רש“י,
אַז דער מנין „אחרי המגפה“ איז מוסבר דורכ‘ן „משל לרועה שנכנסו זאבים כו‘ והוא מונה אותן לידע מנין הנותרות“: דאָס איז אַ מנין וואָס
(א)
פאָדערט זיך פון משה
(דער רועה),
(ב)
„לידע מנין הנותרות“ פון דער „מגפה“,
אַן ענין וואָס ער האָט
(לדעתו)
געקענט באַוואָרענען,
בדוגמא צו „
(שנכנסו)
זאבים לתוך עדרו כו‘“,
אָדער ווייניגסטענס קלענער מאַכן -וואָלט געווען מער נותרות.
משא“כ ביי מעשה העגל
(אין פ‘ תשא),
וואָס משה איז דאַן געווען בהר האָט ער דאָך ניט געהאַט קיין שייכות צו די תוצאות פון עונשי החטא,
דאָרט האָט קיין אָרט ניט אַז משה
(מצד עצמו -אַלס רועה)
זאָל ציילן צאן מרעיתו;
דעריבער ברענגט דאָרט רש“י
(א)
„משל לצאן החביבה על בעלי‘ כו‘“ -אַז דער מנין קומט
(ניט מצד דעם „רועה“,
נאָר)
מצד דעם „בעל הצאן“,
דעם אויבערשטן,
(ווייל)
-
(ב)
דאָס איז בדוגמא צו צאן „שנפל בה דבר“,
וואָס דער רועה איז דערין ניט שולדיק; און דאָס וואָס דער אויבערשטער הייסט זיי ציילן,
איז ווייל ביים „בעל הצאן“ איז הצאן חביבה,
וכנ“ל בארוכה.
ז.
דער פירוש איז אָבער ניט גלאַטיק:
אידן האָבן זיך דעמאָלט געפונען „בערבות מואב מעבר לירדן ירחו“ 30
גרייט אַריינצוגיין אין א“י,
און עס איז שוין געווען די גזירה פון „לא תביאו את הקהל הזה אל הארץ גו‘“ 31
- ובמילא אויך די צייט 32
פון „ונאספת
(משה)
אל עמיך“ 33
- וואָס דערפאַר שטייט באַלד נאָכן מנין בנ“י
(און פ‘ בנות צלפחד וואָס איז געווען בהמשך צו דעם מנין)
„עלה אל הר העברים הזה וגו‘“ 34
און דערנאָך האָט דער אויבערשטער געהייסן משה‘ן סומך זיין יהושע 35 .
און וויבאַלד דער מנין פון אַ רועה איז,
כנ“ל,
כדי צו וויסן זיין הנהגה מיט צאן מרעיתו אויף להבא - זיך אָפּגעבן מיט זיי און פאַרהיטן זיי אויף ווייטער פון אַן אומגליק - האָט מען דאָך אין אָט דעם מנין געדאַרפט משתף זיין אויך יהושע
(אַזוי ווי אלעזר),
וואָס האָט באַלד געדאַרפט ווערן דער רועה ישראל 36 ?
בדוחק קען מען זאָגן,
אַז וויבאַלד דער אויבערשטער האָט געוואוסט אַז ביז הסתלקותו של משה וועט נאָך דויערן עטלעכע חדשים - דערפאַר איז דער מנין נוגע צו משה,
עכ“פ פאַר אָט די חדשים וואָס ער איז נאָך דער רועה 37 .
היות אָבער אַז דער תירוץ אַף ניט משתף זיין יהושע - אַ רועה אין עטלעכע חדשים אַרום אויף אַ מצב שונה לגמרי פון אידן און אויף מער ווי פערצן יאָר - איז ניט גלאַט,
דעריבער ברענגט רש“י אַ צווייטן פירוש,
אַז דער מנין איז טאַקע פאַרבונדן מיט מיתת משה - „עכשיו שקרב למות ולהחזיר צאנו מחזירם במנין“.
[אָבער אָט דער צווייטער פירוש איז נאָך שווערער ווי דער ערשטער,
ווייל 38
לפי“ז איז דער מנין ניט פאַרבונדן מיט „ויהי אחרי המגפה“ - נאָר מיט קרב למות; און דעריבער ברענגט עם רש“י נאָר אַלס צווייטן פירוש,
און דער ערשטער פירוש איז דער פירוש העיקרי אין פשש“מ,
וכנ“ל ס“ג].
ח.
מ‘דאַרף אָבער פאַרשטיין: פאַרוואָס איז דאָ טאַקע געווען דער מנין מצד דעם „רועה“ - משה רבינו - און ניט מצד דעם אויבערשטן - דער בעל הצאן - און מיט דער כוונה צו וויסן „כמה נותרו בהם להודיע שהיא חביבה כו‘“
(און דעמאָלט וואָלט עס געווען נוגע סיי די נותרים פון דער „מגפה“ און סיי פון „הרגו איש אנשיו“,
וכנ“ל,
אַז ביים בעל הצאן איז
(בנוגע לענין המנין)
קיין נפק“מ ניט ווי אַזוי די צאן זיינען אומגעקומען)?
איז דער ביאור אין דעם:
אידן,
האָבן דאָך עובר געווען אויפן חטא פון „בועל ארמית“,
וואָס פון פרש“י פאַר דעם 39
אַז „קנאין פוגעין בו“
(אָן קיינע עדות,
בית דין,
א.
ז.
וו.)
פאַרשטייט שוין דער בן חמש למקרא די אויסערגעוויינליכע האַרבקייט פון דער עבירה,
ביז אַז עס האָט געבראַכט צום פאַרלאָרן גיין פון אַרום 200 טויזנט אידן,
און ווי רש“י בריינגט 40
אויף דעם „אלקיהם של אלה שונא זמה הוא“ -איז מובן,
אַז עס איז ניט שייך בזה דער ענין
(ומנין)
פון חביבות.
ויומתק ע“ד ההלכה: בועל ארמית איז אַ חטא וואָס
(בל‘ הרמב“ם 41 )
„יש בו הפסד שאין בכל העריות כמותו שהבן מן הערוה בנו הוא לכל דבר ובכלל ישראל נחשב כו‘ והבן מן הכותית אינו בנו כו‘“,
און ווי דער ראָגאַטשאָווער 42
איז מסביר,
אַז דורך דעם חטא איז מען „מאביד נפשות מישראל ע“י דאזיל זרעם בתרה“;
ד.
ה. 43
: ביי אַלע אַנדערע עבירות,
וועלכע זיי זאָלן זיין,
גייט מען ניט אַריבער די „גבולות“ 44
וועלכע דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט בין ישראל לעמים,
ווייל אויך נאָכ‘ן עובר זיין די עבירה בלייבט מען אַ ישראל 45
; משא“כ אַ בועל ארמית,
וויבאַלד אַז דער קינד וואָס האָט געדאַרפט זיין פון „נפשות מישראל“ האָט ער געמאַכט אַז „אזיל בתרה“,
ער איז געוואָרן אַ נכרי,
איז מדה כנגד מדה,
אַז ער ווערט גערעכנט
(בנוגע לחביבותי‘)
אַזוי ווי ער וואָלט אַרויס „מחוץ“ לצאן מרעיתו,
וכהמשך לשון הרמב“ם: ודבר זה גורם להדבק בעכו“ם שהבדילנו הקב“ה מהם כו‘.
ובמילא איז ניטאָ קיין מנין דחביבות „לידע מנין הנותרות“: די וואָס האָבן ניט געזינדיקט זיינען ניט קיין „נותרים“ פון די חוטאים - עס איז כאילו ווי ס‘וואָלט ניט געווען קיין שייכות
(בחביבות)
צווישן זיי.
ט.
דערפון קומען אַרויס די צוויי קצוות‘דיקע הוראות:
פון איין זייט זעט מען אויף ווי ווייט עס רירט אָן דער חטא פון בועל ארמית,
אַז דער „הפסד“ איז ניט נאָר וואָס „אזיל זרעם בתרה“,
נאָר אויך דער חוטא אַליין ווערט דורכדעם ווי אויסגעשלאָסן פון די צאן מרעיתו של הקב“ה;
[און דאָס איז אויך אַ הוראה אויף דעם גודל הזכות והאחריות פון די וואָס יש בידם למחות און אָפּהאַלטן אפילו אַ יחיד,
און אפילו איין מאָל,
פון דורכצופאַלן ר“ל אין דעם חטא - כולל אויך די וואָס זיינען שוין דורכגעפאַלן ר“ל אין דעם]
;
ולאידך גיסא,
זעט מען אָבער,
אַז בנוגע צו פאַרזאָרגן צרכיהם,
שמירה פון זאבים וכו‘,
איז משה רבינו - דער רועה נאמן של כל ישראל,
וואָס איז זיך מוסר נפש פאַר יעדן אידן 46
- לייגט זיך אַריין אויך בנוגע אַזעלכע אידן 47 ,
ביז אַז אויך זיי זיינען אין צאן מרעיתו,
דער ציילן איז „לידע מנין הנותרות“ 48 ,
אויך זיי זיינען אַ טייל פון „עדרו“,
און נאָכמער - ניט אַ טייל „בקצה המחנה“ 49
נאָר „תוך עדרו“,
און די הנהגה ווערט אַ
(טייל פון)
תורה און אַ הוראה פאַר אידן,
וועמען מען זאָגט אָן 50
: זכרו תורת משה עבדי.
(משיחת ש“פ פינחס תשל“ד)