B"H
🏡

Ikar

פנחס - י"ב-י"ג תמוז

א.

די ימי הגאולה י"ב־י"ג תמוז פון יאָר תרפ"ז,

ווען דער רבי דער שווער איז באַפרייט געוואָרן ממאסרו,

זיינען אויסגעפאַלן ביום שלישי ורביעי פון פ' פינחס.

אַזוי אויך בנוגע זיין יום הולדת – י"ב תמוז תר"ם 1

– זאָגט דער רבי 2 ,

אַז „אין דעם זמן וואָס מען לייענט אין דער תורה די פרשה פינחס 3

בין איך ..

געבאָרן געוואָרן ..

און רובא דרובא פון די מאורעות וואָס האָבן פּאַסירט מיט מיר און אַרום מיר ..

זיינען מרומז בהעלם ובגילוי אין פרשת פינחס".

ד.

ה.

אַז גאולתו און עבודתו ועניניו בכלל האָבן אַן ענגן פאַרבונד מיט עניני פינחס,

וואָס אויף זיין נאָמען ווערט אָנגערופן די סדרה; און ווי ס'איז אויך מרומז אין דעם,

וואָס דער

(צווייטער)

נאָמען פון בעל הגאולה – „יצחק" – איז בגימטריא „פינחס" 4 ,

ווי עס שטייט אין זהר 5 .

וואָס דאָס וואָס

(די ביידע)

נעמען האָבן דעם זעלבן מספר איז אַ באַווייז אויף אַ

(פנימיות'דיקער)

שייכות

(און ענלעכקייט)

צווישן זיי 6 ,

ובפרט ווען די גימטריא ווערט געבראַכט אין תורה.

אויך זעט מען די שייכות צו דעם

(ערשטן)

נאָמען פון בעל הגאולה – יוסף – וואָרום פינחס איז מזרעי' דיוסף,

ווי דער פסוק 7

איז מדגיש „ואלעזר בן אהרן לקח לו מבנות פוטיאל

(„מזרע יוסף שפטפט ביצרו" 8 )

לו לאשה ותלד לו את פינחס".

און פון דעם וואָס דוקא דער

(צווייטער)

נאָמען יצחק פון בעל הגאולה איז בגלוי שייך צו פינחס – פינחס בגימטריא יצחק – אָבער דער

(ערשטער)

נאָמען יוסף איז אַ שייכות בהעלם,

וואָרום אין נאָמען פינחס איז דאָס ניט מרומז,

דאַרף מען זאָגן,

אַז די שייכות פון בעל הגאולה מיט פינחס איז אין דער עבודה וואָס איז שייך צום נאָמען „יצחק"; משא"כ די נקודה וואָס איז פאַרבונדן מיטן שם „יוסף" איז

(מער)

בהעלם,

כדלקמן.

ב.

די שייכות בפשטות ו„בגילוי" 9

פון דער עבודה פון בעל הגאולה מיט פינחס'ן,

איז אין דעם 10 ,

וואָס די נקודה פון מעשה פינחס איז די מעשה הקנאות,

בקנאו את קנאתי 11 ,

און די מעשה הקנאות פון פינחס,

וואָס איז מצד דער הלכה פון „הבועל ארמית קנאין פוגעין בו" 12 ,

איז ניט קיין הלכה ודין אין שו"ע 13

אַז מ'מוז אַזוי טאָן,

וואָרום קנאי „הבא לימלך

(איז)

אין מורין לו" 14 .

נאָכמער: ניט נאָר „אין מורין לו",

נאָר דאָס איז

(לויט כמה ראשונים 15 )

אפילו ניט קיין הוראה וציווי פון תורה צום קנאי,

נאָר „הרשות בידו".

און עד"ז איז אויך געווען די הנהגה פון בעל הגאולה 16 ,

בקנאו את קנאתי.

זיין מסנ"פ אויף החזקת התורה וחיזוק היהדות במדינה ההיא,

וואָס האָט געבראַכט צום מאסר,

איז דאָס געווען אַזאַ אופן פון מסנ"פ וואָס ס'איז אין דערויף ניט געווען קיין חיוב ע"פ דין,

„אין מורין כן",

אַן ענין פון „רשות בידו".

ווי מען געפינט בהלכה אַז מסנ"פ ניט אויף די ג' דברים וואָס יהרג ואל יעבור,

נאָר אויף שאר מל"ת,

מ"ע וכיו"ב,

איז ניט קיין חיוב וציווי,

נאָר „הרשות בידו" 17 .

ג.

מען קען פרעגן: דער צוגלייך הנ"ל איז שייך בעיקר צו

(סוף)

פ' בלק,

וואָס דאָרטן ווערט דערציילט וועגן דער עבודה פון פינחס,

מעשה הקנאות שלו

[און ווי די קביעות איז בכו"כ

(ברוב?

ה)

שנים אַז דער יום הולדת וימי הגאולה פון י"ב י"ג תמוז זיינען חל אין דער וואָך 18

פון פרשת בלק 19 ]

– וואָס איז אָבער די שייכות

(אויך)

צו עניני פינחס ווי זיי שטייען אין פ' פינחס?

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס אין ירושלמי 20

איז מבואר אַז מעשה פינחס איז געווען „שלא ברצון חכמים",

און אַז „ביקשו לנדותו 21

אילולי שקפצה עליו רוח הקודש ואמרה והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם 22

וגומר";

וואָס פון דעם איז נאָכמער פאַרשטאַנדיק דער גודל מעשה הקנאות שלו – וואָרום איידער ס'איז „קפצה עליו רוה"ק" האָט ער דאָך געוואוסט 23

אַז דאָס איז „שלא ברצון חכמים",

וואָס דאָס מיינט אַז ע"פ

(דעת חכמי ה)

תורה האָט זיין הנהגה ניט קיין אָרט 24 ,

קומט אויס אַז זיין קנאות איז געווען אַן ענין פון מסנ"פ,

ניט נאָר אַ מסנ"פ בגוף 25 ,

נאָר אויך אַ מסנ"פ מצד הנשמה 26 ,

וויבאַלד אַז עס איז אַ הנהגה שלא ברצון חכמי התורה ביז אַז „ביקשו לנדותו " –

און אעפ"כ,

בשעת ער האָט געזען אַז ס'איז אַ מעמד ומצב פון „וישב ישראל בשטים " 27

– „

(אין אדם עובר עבירה אא"כ)

נכנס בו רוח שטות" 28 ,

און ס'איז אויסגעבראָכן אַ מגפה באַ אידן 29

– איז במה נחשב בא עם זיין מסירת הגוף והנפש גם יחד,

אויב נאָר ער קען פועל זיין דעם „השיב את חמתי מעל בני ישראל"!

ד.

אַזאַ הנהגה פון „קנאו את קנאתי" אין אַן אופן פון מסירת נפש איז מצד עצם הנפש פון אַ אידן,

וואָס איז

(בשרשה)

העכער פון תורה 30 ,

און במילא איז דער מסנ"פ אויך העכער פון דער מדידה והגבלה פון תורה 31 .

און דעריבער איז אויך דער שכר אויף דעם געווען: „והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם",

וואָס דאָס איז העכער פון דער מדידה פון תורה.

וואָרום ע"פ תורה איז כהונה אַן ענין וואָס קומט צו קינדער בירושה פון טאַטן,

און וויבאַלד אַז פינחס אַליין איז נאָך ניט געווען קיין כהן 32 ,

האָט עס במילא ניט געקענט קומען „לזרעו אחריו וגו'".

נאָר וויבאַלד אַז „ קנא לאלקיו " 22 ,

זיין קנאות איז געווען „לאלקיו" ווי דאָס איז העכער פון דער מדידה פון תורה,

דערפאַר האָט דער אויבערשטער אים געגעבן כהונה „לו ולזרעו אחריו"

(כאָטש אַז לויט די כללים וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט בתורה – האָט דאָס קיין אָרט ניט).

עפ"ז איז מובן,

אַז דוקא אין פ' פינחס,

וואו דער אויבערשטער האָט געזאָגט „והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם תחת אשר קנא לאלקיו ויכפר על בנ"י",

איז דאָ נתגלה געוואָרן דער אופן הקנאות פון פינחס

(– מתוך מסנ"פ בגופו ובנשמתו),

אַז ניט קוקנדיק וואָס למטה איז עס שלא ברצון חכמי התורה און „ביקשו לנדותו" – איז דאָס אָבער געווען אמיתית רצון העליון,

וואָס איז העכער פון תורה.

ה.

עד"ז געפינט מען אויך ביים בעל המאסר והגאולה: ניט נאָר איז זיין אַרבעט בהרבצת התורה וחיזוק היהדות געווען מיט אַ תנועה פון מסירת נפש בגופו ממש אויך אויף אַזעלכע ענינים וואָס ע"פ תורה איז מען אויף זיי ניט מחויב זיך מוסר נפש זיין,

וכנ"ל אַז „אין מורין לו";

נאָר ס'איז אויך געווען אין אַן אופן אַז כמה מגדולי וחכמי ישראל דאַמאָלס האָבן ניט פאַרשטאַנען אַזאַ הנהגה און במילא ניט מסכים געווען,

זיך געפירט אַנדערש 33

– כעין הנ"ל ווי באַ פינחס'ן

(אַ מסנ"פ בכל צעד ושעל און וואָס האָט אויך איינגעשלאָסן אַ צווייטן אידן,

כדלקמן)

;

ובפרט נאָך וואָס עס איז געווען אין אַזאַ אופן,

וואָס האָט געשטעלט אין סכנה אויך זיין גאַנצע עבודת הקודש,

כמדובר לעיל 34 ,

אַז דער עיקר גזירה וואָס צוליב דעם האָט מען אים אַרעסטירט איז געווען צוליב זיין אָפּגעבן זיך מיטן חינוך פון תינוקת של בית רבן.

ד.

ה.

אַז צוזאַמען מיט דער מסנ"פ בגופו ממש איז ער אויך געשטאַנען אין מסנ"פ בנשמתו,

ברוחניות,

איינשטעלנדיק אין סכנה אויך די גאַנצע עבודה זיינע,

דאָס איז געווען דערפאַר,

וואָס היות אַז דער מצב במדינה ההיא האָט אָנגערירט דעם עצם קיום פון אידן און אידישקייט שלא יכבה נר ישראל ח"ו,

האָט ער זיך ניט גערעכנט מיט קיינע חשבונות און קיינע הגבלות אין זיין מסנ"פ פאַר אידן.

און אויך בנדו"ד,

אַזוי ווי ביי דער מעשה פינחס,

איז שפּעטער,

נאָך דער גאולה מהמאסר,

נתגלה געוואָרן לעין כל 35

אַז דאָס איז געווען „אשר קנא לאלקיו ויכפר על בנ"י",

אַז דאָס איז די אמת'ע עבודה וואָס איז נויטיק אין אַזאַ מצב,

און אויך למטה בגלוי האָט מען מסכים געווען אויף דער עבודה 36 .

[דער חילוק איז אָבער,

וואָס דער ענין פון „קנאין פוגעין בו" פון מעשה פינחס איז געבליבן אַ הלכה „ואין מורין לו",

אָבער בנוגע דעם אופן העבודה פון רבי'ן,

איז די עצם גאולה געווען אַ קלאָרע הוראה מלמעלה אַז דאָס איז די ריכטיקע עבודה,

ומורין כן,

און ווי מ'האָט געזען בפועל אַז דער בעל הגאולה האָט עס „מורה" געווען און האָט אויך אָנגעזאָגט אַנדערע אַזוי „מורה" זיין.

דווקא דער אופן העבודה האָט אויפגעהאַלטן די גחלת היהדות פון די אידן במדינה ההיא – באַ זיי און באַ „זרעו אחריו ברית כהונת 37

עולם"],

ו.

ע"פ זה וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון פינחס צו יצחק

(כנ"ל אַז פינחס בגימטריא יצחק 38 )

– ווייל דער אופן פון מסנ"פ האָט אַ פאַרבונד מיט

(און נעמט זיך פון)

עקידת יצחק – יצחק בשלימותו:

יצחק'ס מסנ"פ איז געווען ניט נאָר מסירת הגוף כפשוטו 39 ,

נאָר אויך אַ טיפערע און העכערע מסנ"פ – ברוחניות.

וואָרום נוסף אויף דעם וואָס דאָס איז געווען לכאורה היפך הבטחת ה' „כי ביצחק יקרא לך זרע" 40 ,

איז דאָס

(די עקדה)

אויך געווען אַן ענין דורך וועלכן ס'האָט געזאָלט אינגאַנצן „נעקר" ווערן „העיקר ששתל אברהם" 41

– די עבודה פון אברהם און יצחק בנו 42

צו מפרסם זיין שמו של הקב"ה בעולם

(און דער המשך פון עם ישראל בכלל)

– ואעפ"כ איז יצחק ניט נאָר געגאַנגען מקיים זיין דעם ציווי ה' צו אברהם'ן,

נאָר ער האָט גאָר ניט געפרעגט קיינע שאלות,

איז געגאַנגען בלב שלם 43 .

ז.

אעפ"כ איז דאָ אַ חילוק צווישן עבודת פינחס און פון דעם בעל הגאולה – ווי מרומז אין דעם,

וואָס דער נאָמען פון רבי'ן איז יוסף יצחק

(ניט יצחק אַליין) 44 .

וועט מען דאָס פאַרשטיין ע"פ המבואר אין קבלה וחסידות וועגן דעם חילוק צווישן יוסף און יצחק 45

וואָס יוסף איז בגימטריא ג' פעמים שם ב"ן און יצחק – ד' פעמים שם ב"ן.

אין פשוט'ערע אותיות וועט מען דעם חילוק פאַרשטיין פון דעם וואָס די גמרא 46

זאָגט בנוגע צו גימ"ל דל"ת – „גמול דלים",

אַז דער „גימל" איז מרמז אויף „גומל חסדים" און דער „דלת" – אויף דל.

די הסברה בזה 47

: דער תוכן החילוק צווישן דער נתינת הצדקה – „גומל

(גימל)

",

און קבלתה בפועל – „דל

(דלת)

",

איז,

וואָס דער ענין פון „גומל",

די נתינה איז אַ הכנה צו דער מעשה; און ביים „דל",

ווען דער עני באַקומט די צדקה בפועל,

ווערט אויפגעטאָן די מעשה בפועל – „החייתה את נפש העני" 48 .

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק בשייכות צו יעדער השפעה,

אַז „גימל" איז מרמז אויף דער הכנה אין דער השפעה,

ווי דאָס איז נאָך ביים משפיע און „ד" – אויף דעם גמר ההשפעה,

קבלת ההשפעה דורך דעם מקבל.

עד"ז איז אויך ביים מענטשן גופא: „גימל" ווייזט ווי ער שטייט נאָך אין אַ מצב פון הכנה צו דער פעולה,

וואָס בכלל זיינען אין דעם נכלל זיינע כחות הנפש פון שכל ומדות; און די מסקנא און אויספיר פון די כחות אין מעשה בפועל – איז נרמז אין דעם ענין ה„דלת".

ח.

עפ"ז איז אויך מובן די שייכות צווישן די מספרים ג' און ד'

(וואָס קומען בסמיכות איינע נאָך דער צווייטער)

: יעדע המשכה נעמט זיך און ווערט בכללות איינגעטיילט אין דריי

(ג)

בחינות און קוין; און דער גמר ההמשכה,

ווי עס קומט אַראָפּ במעשה בפועל,

איז די פערטע בחינה

(ד),

וואָס קומט נאָך דער המשכה פון די ג.

[ובדוגמא ווי אין עולמות: עס זיינען דאָ די ג' עולמות – אצילות בריאה יצירה,

און דער פערטער עולם 49

איז עשי' 50 ].

און דעריבער איז „ג" מורה

(אין סדר הספירות)

אויף בחי' יסוד,

משפיע – וואָס איז כולל אין זיך אַלע ג' קוין,

און „ד" – אויף ספירת המלכות

(דער רגל הרביעי פון דער מרכבה),

וואָס איז משפיע בפועל אין עולמות.

און עד"ז זיינען אויך די צוויי ענינים וואָס זיינען מרומז אין שם יוסף און יצחק

(וואָס שטעלן צוזאַמען איין שם

(און דוקא בסדר זה: „יוסף" און דערנאָך 51

„יצחק"),

ווייל ביידע ענינים זיינען אַ המשך אחד)

: יוסף איז בחי' יסוד כידוע* 51 ,

וואָס ווייזט אויף דער הכנה פון דער השפעה והמשכה ביז זי קומט בפועל

(„גימל" – גמול)

; און יצחק איז מרמז אויף דער קבלת ההשפעה

(„דלת" – דלים).

ובאדם עצמו איז דאָס דער ענין פון מעשה בפועל כנ"ל.

און בעבודת האדם בכללות: דער ענין ההכנה ביז מעשה בפועל

(ג)

גייט אַריין,

בכללות,

אין דער מדריגה פון „נשמע",

און די עבודה בפועל

(ד)

איז דער ענין פון „נעשה".

ט.

ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות צווישן אופן המסנ"פ פון פינחס און פון רבי'ן וואָס איז אָנגעדייטעט אין זייערע נעמען:

פינחס איז ניט געווען דער נשיא הדור,

ער איז ניט געווען דער וואָס האָט געדאַרפט הייסן גיין אויף מסנ"פ,

נאָר ער איז געווען דער שליח 52

וואָס האָט אויסגעפירט די מעשה בפועל – און באַ אַ שליח דאַרף זיך בעיקר אָנהערן דער ענין פון „נעשה" – „פינחס" בגימטריא „יצחק",

בחי' „ד"

(ד"פ שם ב"ן)

– ניט אַזויפיל די הכנה צו „נעשה"

(דער ענין פון „נשמע"),

וואָרום דאָס קען אַ מאָל מבלבל זיין אין אויספירן די מעשה בשלימות 53 .

און וויבאַלד אַז סוף מעשה במחשבה תחילה 54 ,

דער גמר וסוף העשי' דערלאַנגט אין „תחילה" וואָס איז קודם המחשבה אויך פאַר דעם אָנהויב פון דער מחשבה 55

– דערפאַר האָט ער מיט זיין מסנ"פ שלמעלה מהגבלות התורה אויפגעטאָן דעם ענין פון „קנא לאלקיו " און „בקנאו את קנאתי ".

ד.

ה.

ער האָט דערלאַנגט ביז בחי' „תחילה" וואָס איז העכער פון דעם וואָס איז אויסגעשטעלט מצד „מחשבה תחילה",

מצד בחי' התורה 56 .

פינחס האָט געהאַט די הכנה פון „נשמע",

וואָס ער האָט מקבל געווען פון נשיא הדור „משה רבינו" – ווי מרומז אין דעם וואָס ער האָט געזאָגט „מקובלני ממך " 57

– אָבער דער ענין פון „נשמע" איז דערנאָך באַ אים געווען בהעלם; בגלוי ובהדגשה איז געווען דער אויספירן די שליחות: „קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא ".

אָבער באַ אַ נשיא הדור

(וואָס „הנשיא הוא הכל" 58 )

דאַרפן זיין און זיינען פאַראַן ביידע ענינים בשלימותם,

סיי דער ענין פון „נעשה" סיי דער ענין פון „נשמע",

וואָס דעריבער איז דאָס אויך מודגש אין זיין נאָמען „יוסף יצחק" סיי די הכנה והמשכה פון „נשמע" – יוסף,

און סיי די קבלת ההשפעה הענין דנעשה – יצחק.

און ווי מ'האָט געזען די ביידע ענינים בפועל ביי דעם בעל הגאולה והשמחה: מסנ"פ אויף הפצת התורה והיהדות צווישן אַלע סוגים אידן קטנים און גדולים; בויען מקואות,

שיקן רבנים,

שוחטים,

מוהלים וכו',

דאָרטן וואו זיי זיינען נויטיק; גרינדן חדרים פאַר תשב"ר פאַר לימוד א־ב,

שיקן מלמדים כו' – „נעשה"; און לאידך אויך דער סדר הנהגה צו לערנען און מגלה זיין די טיפסטע ענינים אין נגלה דתורה,

און אין פנימיות התורה – ביז רזין דרזין – „נשמע".

יו"ד.

דאָס גיט אויך אַ תוספת הסברה אין דער שייכות פון דעם בעל הגאולה ושמו יוסף יצחק צו פינחס,

און אויך אַ הוראה פאַר יעדן איינעם בעבודתו בפועל:

באַ זיינע שלוחים האָט דער רבי געמאָנט און מאָנט אויך איצט עס זאָל זיין חטוף ואכול חטוף ואישתי 59 ,

העכער פאַר חשבון,

דאָס הייסט: לכל לראש דאַרף זיין דער ענין פון נעשה,

„יצחק" בגימטריא „פינחס";

מ'דאַרף אַרויסגיין אין וועלט און פועל זיין אויף אידן צו מקיים זיין תומ"צ.

אפילו אַזאַ איינער וואָס האָט נאָך ניט די ריכטיקע הכנה אויף דעם,

עס פעלט אים נאָך אין דעם „נשמע" פון די עניני תומ"צ וואָס ער דאַרף אויפטאָן אויף אַ צווייטן אידן,

דאַרף אָבער באַ אים שוין זיין דער „נעשה",

דער ביטול און אַוועקלייג פאַר אַ צווייטן אידן

(ווי דאָס איז געווען באַ פינחס'ן,

וואָס ער האָט זיך מוסר נפש געווען צו פועל זיין דעם ענין פון „השיב את חמתי מעל בנ"י").

און אין דעם גופא,

אין זיין פועל זיין אויף אַ צווייטן אידן,

איז דער עיקר הדגשה אויף מעשה בפועל,

ווייל המעשה הוא העיקר 60 ,

און ווי ס'איז אויך דער „פסק ההלכה הערוכה בתלמוד ופוסקים דהרהור לאו כדבור דמי ואם קרא ק"ש במחשבתו ובלבו לבד בכל כח כוונתו לא יצא ידי חובתו וצריך לחזור ולקרות כו' ואם הוציא בשפתיו ולא כיון לבו יצא ידי חובתו" 61 .

ובמיוחד ווען מ'געפינט זיך בסוף זמן הגלות אין דעם סיום דעקבתא דמשיחא און ס'איז ניטאָ קיין צייט צו וואַרטן ביז ער וועט ביי זיך פועל זיין

(אויך)

דעם „נשמע".

וואָרום אָט אָט קומט משיח דאַרף מען אויסנוצן יעדער רגע אויף דער עבודה במסנ"פ אויף „נעשה".

און נאָכמער: וויבאַלד ער טוט דאָס בשליחות פון נשיא הדור,

איז במילא אין זיין עבודה דאָ דער ענין פון „נשמע",

בחי' „יוסף"

(בדוגמא ווי באַ פינחס'ן וואָס ער האָט געזאָגט „מקובלני ממך " כנ"ל)

; און בשעת ער פּועלט דעם ענין פון „נעשה" באַ אַ צווייטן אידן,

האָט אויך יענער דעם ענין פון נשמע.

[דאָס איז אויך מרומז אין יצחק וואָס איז ד'

(ד' פעמים שם ב"ן)

וואָס ד' מיינט גלייכצייטיג אויך דעם מספר פון „פיר",

אידן אַלע פיר

(ניט נאָר דער „פערטער"),

אַז ער איז כולל אין זיך די ג' שלפנ"ז 62 ].

און דורך דער עבודה איז מען זוכה צו דעם אַז עס ווערט נתגלה פנחס הוא אליהו 63

מבשר הגאולה 64 ,

וואָס אויך זיין עבודה איז פאַרבונדן מיט ענין ה„נעשה" והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם גו' 65

וואָס אויך די גאולה 66 ,

די פערטע גאולה איז פאַרבונדן מיט מספר ארבע,

ארבע לשונות של גאולה לעת"ל 67 ,

די ד' כוסות של פורענית שהקב"ה עתיד להשקות את אומות העולם,

וכנגדן עתיד הקב"ה להשקות את ישראל ד' כוסות של נחמות כו' 68 ,

בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ פינחס תשל"ז)

Reader controls and commentary are loading.