B"H
🏡

Ikar

י"ב-י"ג תמוז

א.

ווי באַוואוסט,

האָט יעדער חודש זיין ענין ותוכן מיוחד 1

; און פאַרשטאַנדיק 2

(ובפרט – אַז אַלץ איז דאָך בהשגחה פרטית),

אַז דער חודש וואָס האָט אין זיך אַ יום מיוחד

(אָדער – ימים מיוחדים)

איז דער תוכן פון דעם חודש פאַרבונדן מיט דעם תוכן פון טאָג

(אָדער – טעג).

[לדוגמא: אין חודש אדר האָבן די ימי הפורים 3

אויפגעטאָן,

אַז דער גאַנצער חודש איז נהפך געוואָרן לזמן פון שמחה – „ החודש אשר נהפך להם גו'" 4

– ביז להלכה למעשה,

אַז דער גאַנצער חודש איז כשר לקריאת מגילה 5 ,

אויך – „ משנכנס אדר מרבין בשמחה" 6

; עד"ז חודש ניסן ווערט אָנגערופן חודש הגאולה 7

צוליב דעם וואָס בחמשה עשר בו איז געווען די גאולה פון מצרים].

בנוגע דעם חודש תמוז געפינט מען אַז ער האָט אין זיך צוויי ענינים הפכיים:

דער יום מיוחד פון דעם חודש,

וואָס ווערט דערמאָנט אין תורה שבכתב

(אין נביאים 8 ),

איז „צום הרביעי" – דער צום פון שבעה עשר בתמוז 9

וואָס אין דעם טאָג איז „הובקעה העיר" 10

; און דאָס איז אַן ענין כללי אין דעם חודש 11 ,

ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס דער צום איז זיך מתייחס צום גאַנצן חודש 12

– „צום הרביעי "

(דער צום פון „רביעי לחדשים" 13 )

;

ולפ"ז,

איז דער תוכן פון חודש תמוז פאַרבונדן מיט היפך השמחה – פורעניות,

ובפרט אַז פון שבעה עשר בתמוז און ווייטער הויבן זיך אָן די בין המצרים,

ימי אבילות.

לאידך גיסא,

איז אין אונזער דור נתגלה געוואָרן נאָך אַ יום מיוחד אין דעם חודש און מיט אַ תוכן הפכי – דער חג הגאולה פון י"ב־י"ג תמוז

(ווען דער רבי דער שווער איז אינגאַנצן באַפרייט געוואָרן פון מאסר און גלות),

וואָס דאָס איז ניט געווען קיין גאולה פרטית,

פאַר אים אַליין,

נאָר ווי ער שרייבט אין זיין באַוואוסטן בריף 14

: „לא אותי בלבד גאל הקב"ה בי"ב תמוז,

כי אם גם כל מחבבי תורתנו הק',

שומרי מצוה,

וגם את אשר בשם ישראל יכונה כו'",

וואָס דאָס איז כולל אַלע סוגי אידן.

ד.

ה.

דאָס איז אַ חג הגאולה פאַר אַלע אידן.

און ע"פ כהנ"ל איז פאַרשטאַנדיק,

אַז דער ענין הגאולה איז אַ תוכן עיקרי וכללי אין גאַנצן חודש תמוז.

[ס'איז קיין קשיא ניט: ווי קומט עס אַז במשך פון אַלע דורות ביז איצטיקן דור האָט מען ניט געוואוסט אַז דער תוכן פון תמוז איז

(אויך)

גאולה,

ואדרבה – ס'איז געווען באַוואוסט

(פון דעם וואָס שטייט אין תושב"כ)

נאָר דער ענין הפורעניות שבו?

– ווייל,

ווי מען געפינט עס אין תורה בכלל,

אַז ס'ווערן נאָכאַנאַנד נתגלה ונתוסף נייע ענינים אין תורה און צוזאַמען דערמיט איז „הכל ניתן למשה מסיני" 15 ,

והביאור אין דעם – יעדער ענין האָט זיין זמן ווען ער דאַרף נתגלה ווערן 16

(און פון ווען אַן מ'דאַרף עם מקיים זיין – וע"ד ימי הפורים 17

א.

ז.

וו.)

;

ועד"ז בעניננו: דוקא איצט,

אין דרא דעקבתא דמשיחא –

(בסמיכות ממש לביאת גואל אחרון – מלכא משיחא)

– איז דער זמן ווען ס'האָט געדאַרפט נתגלה ווערן דער ענין הגאולה שבתמוז].

ב.

כשם ווי ס'זיינען דאָ צוויי קצוות'דיקע ימים מיוחדים אין חודש תמוז,

עד"ז געפינט מען עס אויך אינעם נאָמען* 17

פון חודש גופא – „תמוז":

א)

„תמוז" איז אַ נאָמען פון אַן ע"ז – ווי עס שטייט אין תושב"כ

(יחזקאל 18 )

„הנשים יושבות מבכות את התמוז"

(„דמות א' שמחממים אותו וכו'" 19 )

– וואָס דאָס איז דער קצה הכי תחתון.

ב)

לאידך גיסא,

ווערט אין חסידות מבואר בארוכה,

אַז דער תוקף החום פון תקופת תמוז

[וואָס דאָס איז דער טייטש פון וואָרט „תמוז" – „לשון היסק" 20 ]

איז בפנימיותו אַן ענין הכי נעלה.

וואָרום דער שמש גשמי ווערט נשתלשל – ווי אַלע זאַכן פון וועלט וואָס ווערן נשתלשל פון זייער ענין פנימי,

ווי ער איז בשרשו הרוחני – פון „שמש הוי' " 21

(„שמש ומגן ה' אלקים" 22 )

[וואָס דערפאַר 21

איז עס אויך אַ משל ודוגמא אויף דעם העדר השינוי למעלה

(אני ה' לא שניתי 23 ),

און אויף ביטול העולמות 24

– דער סאַמע היפך פון ע"ז],

די זריחת השמש פון ימי הקיץ איז בפנימיותה די זריחה פון שמש הוי' 25 ,

און דער תוקף החום פון תקופת תמוז איז פאַרבונדן מיט דעם תוקף הגילוי פון שם הוי' 26

; דאָס הייסט,

אַז אין תקופת תמוז איז מאיר דער שם הוי'

(שלמעלה מהטבע)

מיט מער תוקף ווי אַ גאַנצן יאָר.

[דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק בפשטות דאָס וואָס אידן רופן אָן אַ חודש מיט אַ וואָרט וואָס איז אַ שם של ע"ז – ס'איז דאָך דאָ דער איסור „ושם אלקים אחרים לא תזכירו גו'" 27 ?

אמת אַז „כל עבודת כוכבים הכתובה בתורה מותר להזכיר שמה" 28

און „תמוז" איז „כתובה בתורה" כנ"ל – אָבער ס'איז דאָך נאָר „ מותר להזכיר" ניט אַ מוז – איז פאַרוואָס האָט מען לכתחילה אויסגעקליבן אַ נאָמען

(פון ע"ז)

וואָס מ'דאַרף האָבן אַ היתר אויף אים?

וע"פ הנ"ל איז עס מלכתחילה קיין קשיא ניט: דאָס וואָס מיר רופן דעם חודש „תמוז" איז מצד דעם ענין הנעלה פון אָט דעם שם 29

– וואָס דאַן איז מאיר דער תוקף החום פון „שמש הוי'";

איי,

עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס באַנוצן דעם זעלבן וואָרט אַלס אַ שם של ע"ז – איז,

ע"ד מאמר חז"ל 30

(אויף אַן ענלעכן ענין)

„יאבד עולמו מפני השוטים

(בתמי')

": צי דערפאַר וואָס „שוטים" האָבן געמאַכט פון „תמוז" אַ שם ע"ז,

דאַרף עס צונעמען די אפשריות צו משבח זיין דעם אויבערשטן מיטן ענין הנעלה פון חודש תמוז

(אַז „שמש הוי'" לייכט דאַן בתוקף)?

!].

און אויך אין דעם פאַל זעט מען דעם חידוש

(ע"ד הנ"ל סוף סעיף א')

: דאָס וואָס עס שטייט אין תושב"כ און איז געווען באַוואוסט במשך אַלע דורות,

איז דער קצה הכי תחתון פון „תמוז" – אַז דאָס איז אַ שם ע"ז; און דוקא פנימיות התורה – ווי זי איז נתגלה געוואָרן בדורות האחרונים אין תורת החסידות – איז מגלה און מפרסם לכל,

דעם קצה הכי עליון אין תמוז,

דעם תוקף „החום" פון „שמש הוי'".

ג.

לכאורה וואָלט מען געקענט מסביר זיין דאָס וואָס אין דעם זעלבן חודש זיינען דאָ צוויי הפכים

[צום

(צוליב גלות וחורבן)

און חג

(ע"ש הגאולה)],

אַז היא הנותנת:

דער תכלית פון דעם צום 31

איז

(ניט דער צער וצום פאַר זיך,

מ'זאָל ח"ו בלייבן ביים צום,

נאָר)

אַז דער צום זאָל נתהפך ווערן „לששון ולשמחה ולמועד

(ים)

טוב

(ים)

" 8

– און דאָס איז מובן מיט אַ כל שכן פון סיבת הצום,

גלות,

וואָס תכליתה איז ניט דער גלות גופא,

ח"ו,

נאָר אַרויסצוגיין פון גלות און זוכה זיין צו גאולה;

און כדי צו דערמאָנען אַ אידן וועגן דעם ענין – אים מעורר זיין און ברענגען צו טאָן אַלץ וואָס הענגט אָפּ אין אים צו מאַכן אויס גלות

(דורך מבטל זיין די סיבה פון גלות – „מפני חטאינו גלינו מארצנו וכו'" 32 )

האָט דער אויבערשטער אַריינגעשטעלט אין חודש תמוז

(דער זמן פון פורעניות)

אַ טאָג פון גאולה.

און ע"ד ווי אין חודש אב איז אויך דאָ דער יו"ט פון חמשה עשר באב 33

(און שבת נחמו)

וואָס דערמאָנט וועגן דער נחמה 34

וואָס וועט קומען אויף דער אבלות פון תשעה באב

(און אויף די גבורות ודינים פון חודש אב בכלל).

אָבער די הסברה איז ניט מספיק – ווייל:

א)

דאָס וואָלט געווען מתאים ווען דער טאָג מיטן תוכן פון גאולה קומט נאָך דעם טאָג וזמן וואָס איז מדגיש דעם גלות

(ע"ד חודש אב,

וואָס חמשה עשר בו

(ושבת נחמו)

קומט נאָך תשעה באב)

;

וויבאַלד אָבער אַז י"ב־י"ג תמוז זיינען פאַר שבעה עשר בתמוז 35

(ובין המצרים),

איז דערפון משמע,

אַז דער ענין הגאולה שבתמוז איז

(ניט די בחי' גאולה וואָס קומט

( שפּעטער )

אַלס תוצאה און תכלית פון גלות,

נאָר פאַרקערט גאָר)

אַ גאולה וואָס איז אַלס הקדמה צו גלות.

ב)

ווען די צוויי ענינים – גלות וגאולה – קומען צוזאַמען אין איין משך זמן

(אין איין חודש),

איז פאַרשטענדלעך,

אַז בעיקר דאַרף זיך דערהערן דער ענין וואָס ער איז דער עיקר תכלית והמכוון – די גאולה ;

אפילו ווען מ'זאָל זאָגן אַז ס'דאַרף זיך אָנהערן דער ענין הגלות,

ווייל דורך דעם ווערט נתוסף אין עניני גאולה – דוקא דערפאַר וואָס „לקתה בכפליים" קומט דערנאָך די „נחמה בכפליים" 36

– איז עס אָבער אַ טפל צו גאולה,

ס'איז אַ סיבה צום

(שפּעטער'דיקן)

עילוי פון גאולה.

[וי"ל אַז דערפאַר איז מנהג ישראל צוצוגעבן 37

צום נאָמען פון חודש אב – ווי ער איז געבראַכט אין תרגום 38

און משנה* 38

– דעם וואָרט „מנחם" – מנחם אב – צו מדגיש זיין גלייך ביי זיין נאָמען אַז דער חודש איז עיקר ענינו

(ניט גבורות ודינים,

נאָר)

דער ניחום אויף די ענינים פון אב 39 ].

ובמילא צריך ביאור: אויב מ'זאָל זאָגן אַז אין תמוז איז דאָ אויך דער

(עיקר –)

תוכן פון גאולה – ווי קומט עס,

אַז במשך פון אַזויפיל דורות האָט מען נאָר געוואוסט וועגן דעם טפל

(דער צום),

און דער עיקר שבו איז געווען ניט באַוואוסט?

ד.

פון דעם אַלעם איז פאַרשטאַנדיק,

אַז דער תוכן פון חודש תמוז איז טאַקע דער ענין ה„צום" שבו,

נאָר אין דעם גופא זיינען פאַראַן צוויי אופנים,

ווי צו פאַרשטיין דעם ענין הצום:

א)

ווי ער איז בחיצוניות – וואָס דאַן זעט ער זיך ווי אַ זאַך פון פורעניות.

ב)

די פנימיות פון צום – דער צום ווי ער וועט זיין לעת"ל,

וואָס דאַמאָלס וועט זיין ונגלה כבוד הוי'* 39

– אַ טאָג פון ששון ושמחה ומועד טוב.

ד.

ה.

די הכרה,

אַז ס'איז ניט נאָר פורעניות צוליב גאולה,

נאָר אַז דער צום גופא איז בפנימיותו אַן ענין פון „ששון ושמחה"; ווייל 40

אויך די פורעניות אַליין זיינען בפנימיות אַן אויסדרוק פון דעם אויבערשטנ'ס אהבה צו אידן 41 ,

וואָס דערפאַר איז „כמשל מלך גדול ונורא הרוחץ בכבודו ובעצמו צואת בנו יחידו מרוב אהבתו" איז „רחץ ה' את צואת בנות ציון" 42

;

[וי"ל אַז דאָס איז אויך מרומז אין דעם סדר הקביעות

(א"ת ב"ש וכו'),

וואָס דאָס איז דאָך געבראַכט פון גדולי ופוסקי ישראל 43 ,

אַז תשעה באב

(ועד"ז שבעה עשר בתמוז – וואָס איז די התחלה פון חורבן דתשעה באב)

איז חל אַלעמאָל אין דעם זעלבן טאָג אין וואָך ווי דער יום ראשון דפסח – ד.

ה.

אַ רמז אַז ביידע זיינען בפנימיות איין ענין,

אַן אויסדרוק פון חסדו ית'],

ואדרבה : אין דעם דין איז מלובש פנימיות האהבה,

זי ווערט נתגלה מער אין אַן ענין פון היפך

(אין גבורות כו')

; על דרך ווי אַן אב וואָס באַשטראָפט זיין זון דערפאַר וואָס ער האָט געטאָן אַ זאַך וואָס ער האָט ניט געטאָרט טאָן – איז דאָך די שטרענגקייט פון אב אַ תוצאה פון תוקף האהבה שלו

(וואָס דערפאַר האָט די הנהגה בלתי רצוי' פונעם זון אזַויפיל אים דערנומען ביז אַז ער טוט א ַפעולה היפך טבעו),

די פנימיות האהבה קומט אַרויס אין דער תנועה הפכית פון שטרענגקייט.

דערמיט איז חסידות מבאר,

וואָס לעתיד לבא וועט תשעה באב ווערן אַ יו"ט

(ואדרבה – נאָך אַ גרעסערער יו"ט ווי אַנדערע ימים טובים 44 )

– דלכאורה: אמת טאַקע אַז נאָכדעם ווי עס וועט זיין געבויט דער ביהמ"ק השלישי וועט שוין ניט זיין קיין אָרט פאַר אבלות אין תשעה באב על ביהמ"ק שחרב,

אָבער פאַרוואָס זאָל דאָס נאָך ווערן אַ יו"ט – „הלא אין כאן אלא היציאה מן היגון ויהי' א"כ כאילו לא נחרב שלא יהי' ט"ב יום מר" 45 ?

והביאור –

ווייל דער תוכן פנימי פון תשעה באב איצט איז די פנימיות האהבה שלמעלה; נאָר כל זמן עס הערשט נאָך בגילוי די בחי' פון גבורה ו„רוגז" שלמעלה

(אין זמן הגלות)

און די פנימיות האהבה איז בהעלם,

האָט דער טאָג פון תשעה באב דעם תוכן פון אַ צום

(מיט אַלע דינים פון צום)

;

אָבער „לאחר שעשה הדין וכלה הרוגז" 46

– וואָס וועט זיין לעת"ל – וועט בלייבן נאָר און – בגלוי די פנימיות האהבה וואָס איז דאָ בשייכות צו דעם טאָג,

וועט עס שוין בדרך ממילא ווערן אַ טאָג פון ששון ושמחה כו'.

ה.

וי"ל אַז דאָס איז דער טעם וואָס במשך די אַלע דורות האָט מען

(באופן גלוי)

געקענט האָבן נאָר דעם ענין הצום שבתמוז – ווייל,

כנ"ל,

דער תוקף ופנימיות האהבה

(והגאולה)

פון תמוז איז אָנגעטאָן בהתלבשות – דוקא אין ענינים פון גבורות;

נאָר אין דרא דעקבתא דמשיחא,

ווען עס הויבט זיך שוין אָן די „טעימה" און „התנוצצות" פון דער גאולה העתידה 47 ,

איז געקומען דער זמן צו געבן „טועם" זיין אויך דעם ענין – צו קענען דערפילן ווי די פנימיות פון צום

(ובין המצרים בכלל) 48

איז אַן ענין הכי נעלה;

דעריבער האָט דער אויבערשטער געמאַכט – אַלס הכנה והקדמה צו בין המצרים – דעם נס פון י"ב־י"ג תמוז,

ובפרט אַז אין דער גאולה האָבן זיך אויסגעדריקט די צוויי קצוות הנ"ל

(בנוגע צו גלות בכלל)

– ווי עס מוז פריער זיין אַן ענין פון גבורות

[וואָרום דער „יתרון האור" נעמט זיך דוקא „מן החשך" 49 ],

אָבער „לאחר שעשה הדין" זעט מען ווי דער חושך וגבורה איז בפנימיותו געווען

(צוליב,

און נאָכמער – אין אים גופא איז דאָ)

תוקף החסד ויתרון האור:

פון איין זייט איז דער רבי דורכגעגיין די יסורים און עינוים פון מאסר אויף דעם שווערסטן אופן,

ביז צו האָבן אַ פס"ד פון היפך החיים ר"ל;

לאידך גיסא אָבער,

האָט מען געזען אין דער גאולה פון י"ב תמוז

(ניט נאָר די באַפרייאונג פון רבי'ן,

נאָר)

ווי דער גאַנצער מהלך הדברים פון מאסר איז בפנימיותו געווען – ניט ח"ו אַן ענין פון „הגבלה",

נאָר פאַרקערט – תוקף החסד 50 ,

דער אויסטרעטן דעם וועג צו פאַרברייטערן די אַרבעט פון הרבצת התורה כו' אויף גאָר אַן אַנדערן און העכערן אופן,

ביז צו דערגרייכן בכל קצוי תבל,

[ובלשון רז"ל 51

(וואָס דער רבי

(מהורש"ב)

נ"ע 52

האָט גענוצט בנוגע דעם מאסר פון אלטן רבי'ן)

– הזית הזה כשכותשין אותו

(דוקא)

הוא מוציא שמנו – די כתישה איז אַ שלב אין דעם סדר פון „מוציא שמנו" 53 ].

און נאָכמער: די גאולה פון י"ב תמוז האָט אויך מהפך געווען איינעם פון די מאסר

( וגלות )

־טעג גופא

(פון פאַר י"ב תמוז)

אין אַ טאָג פון ששון ושמחה – ניט נאָר מהפך געווען צו אַ הכנה והתחלה צו דעם שפּעטערדיקן עילוי פון גאולת י"ב תמוז,

נאָר אַז ער גופא איז אַ טאָג פון גאולה

(ע"ד ווי דער צום גופא ווערט נתהפך לששון ולשמחה)

:

ג' תמוז,

ווען דער רבי איז באַפרייט געוואָרן פון מאסר און איז פאַרשיקט געוואָרן אויף דריי יאָר אין גלות,

האָט דאַן

(אין יענעם יאָר)

אויסגעזען ווי נאָך אַ שלב אין זיין מאסר – אַ פאַרשיקונג צו זיין אין גלות ,

וואָס אין געוויסע פרטים איז דאָס אַזוי שווער ווי מיתה

(ווי דער חינוך 54

איז דאָס מסביר),

ביז,

אַז דאַן האָט מען ניט געוואוסט צי דאָס איז אַ פאַרלייכטערונג כו',

אָדער נאָר אַ וועג צו פטור ווערן פון דעם לחץ פון חוץ לארץ צו באַפרייען דעם רבי'ן,

און דערנאָך וועלן זיי ווידעראַמאָל זוכן אַן עלילה כו' ר"ל;

האָט די גאולה פון י"ב תמוז מגלה געווען,

אַז אין אמת'ן איז דער טאָג פון ג' תמוז געווען

(ניט אַ התחלה פון גלות,

נאָר)

דער ערשטער שלב אין דער גאולה 55

– ס'איז אַ טאָג פון ישועה והצלה; און נאָכמער: די ישועה והצלה

(חסדים)

פון דעם טאָג

(ווען דער רבי איז באַפרייט געוואָרן פון מאסר ),

איז,

אין געוויסע פרטים,

מער אויפטו ווי די פון י"ב תמוז

(וואָס איז נאָר געווען אַ גאולה פון גלות ) 56 .

ו.

דערמיט וועט אויך נתבאר ווערן בתוספת דער ענין פון די צוויי קצוות אין דעם נאָמען „תמוז":

אין משך פון דורות,

ווען אין תמוז האָט זיך נאָר אָנגעהערט זיין תוכן ווי ער איז בחיצוניות

(דער צום ופורעניות שבו),

האָט מען בפרסום געוואוסט נאָר פון תמוז אַלס אַ שם פון ע"ז – ד.

ה.

ס'איז אַ זמן פון העלם והסתר אויף אלקות,

ביז תכלית ההעלם והסתר

(שם ע"ז )

;

בשעת אָבער ס'איז געוואָרן נעענטער צום זמן הגאולה,

האָט פנימיות התורה – וואָס אַנטפלעקט די פנימיות פון יעדער זאַך – מגלה און מפרסם געווען די פנימיות פון „תמוז" 57 ,

אַז דוקא אין דעם חושך איז דאָ דער

(כח אויף)

„ יתרון האור" – דער תוקף החום פון „שמש הוי'".

און נאָכדעם ווי דער ענין איז נתגלה געוואָרן אין תורה – איז עס דערנאָך אַראָפּגעקומען אין וועלט,

אין דעם נס פון י"ב תמוז,

אין וועלכן מ'האָט געזען בעיני בשר דעם תוקף הגילוי פון „שמש הוי'" שלמעלה מהטבע,

וואָס האָט דורכגעבראָכן דעם סאַמע נידעריקסטן העלם און חושך,

דעם טיפסטן און ערגסטן מנגד אויף תומ"צ,

ביז אַז זיי גופא האָבן מסכים געווען אויף דעם שחרור פון רבי'ן – וויסנדיק,

אַז דאָס גופא וועט מעודד זיין די עוסקים בהרבצת התורה כו' אין יענער מדינה; ד.

ה.

אַז די זעלבע וואָס האָבן אַרעסטירט דעם רבי'ן צוליב זיין אַרבעט אין הרבצת התורה כו',

האָבן זיי גופא „מסכים" געווען צו אַ תוספת אין אָט דער אַרבעט אין יענער מדינה!

ז.

איינע פון די גאָר פּשוט'ע הוראות וואָס מ'דאַרף אַרויסלערנען פון ענין הנ"ל:

בשעת עס דערנענטערן זיך די טעג פון בין המצרים אוןאַ איד הויבט זיך אָן אַריינטראַכטן ווי גרויס ס'איז די פינסטערניש פון זמן הגלות בכלל און פונעם זמן פון עקבתא דמשיחא בפרט,

קען ער דאָך,

ר"ל,

אַריינפאַלן אין אַ מצב פון יאוש,

ניט וויסנדיק ווי אַזוי ער וועט קענען בייקומען די אַלע שוועריקייטן.

ער ווייס טאַקע אַז דורך

(און פון)

דער מאַטערניש און יסורים אין זמן הגלות וועט דערנאָך אַרויסקומען אַן עילוי בשעת דער גאולה; אָבער איצט געפינט ער זיך דאָך פאָרט אין אַזאַ פינסטערן און ביטערן גלות – ווי קען ער איצט בייקומען די אַלע שוועריקייטן?

איז אויף דעם די הוראה,

וואָס לערנט און איז מעודד,

אַז אדרבה: דוקא אין דעם דור,

דרא דעקבתא דמשיחא,

האָט מען דעם גילוי פון פנימיות התורה וואָס האָט מגלה און מפרסם געווען דעם תוכן פנימי פון די טעג –אַז אין זיי איז דאָ דער תוקף האהבה פון דעם אויבערשטן צו אידן; און אַלס הקדמה צו די טעג האָט מען דעם חג הגאולה פון י"בי"ג תמוז,

וואָס האָט באַוויזן ווי מען קען אין דעם זמן הגלות גופא 58

אַרויסברענגען אָט דעם עילוי פנימי בגילוי

(באופן אַז ס'ווערט בטל דער העלם והסתר אויך אין חיצוניות)

;

און דאָס איז מעודד און מחזק אַ אידן צו קאָכן זיך אין די טעג אין דעם פנימיות'דיקן תוכן פון גלות,

ועל אחת כו"כ אַז ער זאָל ניט באַווירקט ווערן פון דער ביטערקייט און אַראָפּגעפאַלנקייט פון מצב הגלות –

[ער מוז היטן אַלע דיני אבלות וכו' פון בין המצרים,

ווי עס מאָנט זיך ע"פ שו"ע,

אין אַלע פרטים,

אָבער ער געפינט עצות ע"פ התורה צו טאָן אין עניני שמחה אויך אין די טעג – לדוגמא: דורך מאַכן אַ סיום מסכת וואָס ווערט אַ „יומא טבא לרבנן" 59

אויך אין די טעג

(ביז אַז מ'קען עסן אַ סעודה של בשר ווען מ'מאַכט אַ סיום מסכת אין די ט' ימים 60 )

; אָדער בכלל קאָכן זיך נאָך מער אין לימוד התורה וואָס איז משמחי לב 61 ,

ובפרט אין דעם לימוד פון הל' בית הבחירה וכו'

(וועגן בנין ביהמ"ק וכיו"ב),

וואָס דורך דעם לימוד בתורה אין עניני „צורת הבית" איז „אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקין בבנין הבית" 62 ]

וואָס די הנהגה ברענגט אַרויס לידי גילוי 63

די פנימיות פון בין המצרים – ווי זיי וועלן זיין לעתיד לבא – אַז יהפכו ימים אלו „לששון ולשמחה ולמועדים טובים".

(משיחות ש"פ שלח וש"פ חוקת תשל"ז)

Reader controls and commentary are loading.