B"H
🏡

Ikar

בלק ג

א.

בשייכות צום סיפור אינעם סיום פון אונזער סדרה 1

- „והנה איש מבני ישראל בא ויקרב אל אחיו את המדינית לעיני משה גו’” - דערציילן חז”ל 2 ,

אַז זמרי בן סלוא האָט די „מדינית”

(כזבי בת צור)

געבראַכט פאַר משה רבינו און גע’טענה’ט: „זו אסורה או מותרת,

ואם תאמר אסורה,

בת יתרו מי התירה לך.

נתעלמה ממנו

(פון משה)

הלכה”,

ביז אַז פינחס „ראה מעשה ונזכר הלכה כו’ הבועל את כותית 3

קנאין פוגעין בו”.

פאַרוואָס איז טאַקע „בת יתרו” געווען מותרת צו משה רבינו?

- איז רש”י 4

מסביר: „משה קודם מתן תורה נשא וכשניתנה תורה כולן בני נח היו ונכנסו לכלל מצות והיא עמהם כו’”.

ד.

ה.

משה נשא צפורה ווייל דעמאָלט

(פאַר מתן תורה)

זיינען אַלע

(אויך די בנ”י)

געווען אין גדר פון בני נח; און דערנאָך

(ביי מ”ת)

האָט זיך אויך צפורה מגייר 5

געווען צוזאַמען מיט אַלע אידן,

און דערפאַר איז זי אויך דערנאָך מותרת צו משה’ן.

איז ניט מובן: זמרי איז דאָך געווען „נשיא בית אב לשמעוני” 6 ,

היינט וואָס איז מלכתחילה געווען זיין טענה „ואם תאמר אסורה,

בת יתרו מי התירה לך” - צי דען האָט ער ניט געוואוסט דעם חילוק הכי פשוט צווישן נשואין פון פאַר מ”ת און נאָך מ”ת?

!

ולאידך גיסא: אויב אפילו מ’זאָל געפינען עפּעס אַ הסברה

(לכה”פ אַלס א ַקס”ד)

פאַרוואָס דער חילוק הנ”ל איז ניט קיין טעם מספיק צו מתיר מאַכן „בת יתרו” צו משה - איז נאָך אַלס שווער,

פאַרוואָס מ’געפינט ניט אין גמרא אַז משה

(אָדער אימיצער אַנדערש)

זאָל ענטפערן אויף דער טענה פון זמרי כלפי משה רבינו 7

(פינחס האָט בלויז געזאָגט די הלכה „הבועל ארמית כו’”,

וואָס איז נוגע צו מעשה זמרי)?

עס זיינען דאָ מפרשים 8

וואָס זאָגן,

אַז דאָס גופא

(דער חילוק הנ”ל צווישן פאַר און נאָך מ”ת)

איז „נתעלמה” פון משה.

אָבער נוסף אויף דעם,

וואָס

(א)

רש”י 9

זאָגט בפירוש: „ונתעלמה ממנו הלכה,

שנאמר לו בסיני הבועל כותית וכו’”,

אַז בלויז די הלכה

(וואָס פאַר אַן עונש עס קומט)

איז „נתעלמה ממנו”;

(ב)

ס’איז אַ דוחק גדול צו זאָגן אַז עס זאָל נתעלם ווערן פון משה אַזאַ פּשוט’ער חילוק כנ”ל 10

- איז אויך ניט מובן: ווי האָט זמרי געפרעגט אַזאַ שאלה?

האָט ער זיך דען געקענט פאַרלאָזן אַז פון משה’ן וועט נתעלם ווערן דער חילוק צווישן פאַר און נאָך מ”ת?

ב.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין:

דער 11

דין איז,

אַז אַ גיורת איז אסורה לכהן; און דאָס איז אַן איסור מן התורה .

הגם די גמרא 12

לערנט עס אָפּ פון אַ פסוק אין יחזקאל 13

- איז דאָס נאָר וואָס „אתא יחזקאל ואסמכה אקראי” 14 ,

אָבער דאָס איז אַן איסור מן התורה ממש”נ „אשה 15

זונה גו’ לא יקחו” 16

- „לפי שבאה מן העכו”ם השטופים בזימה” 14 .

אין דער גמרא 17

איז דאָ אַ פלוגתא וועגן משה רבינו: לויט איין דיעה איז „משה רבינו כהן גדול” 18

(ווייל „לא פסקה כהונה אלא מזרעו של משה” 17 ),

אַ צווייטע דיעה האַלט,

אַז „לא נתכהן משה אלא שבעת ימי המלואים בלבד” 19

- איז קשה: ווי אַזוי איז „בת יתרו” 20

געווען מותרת צו אים - זי איז דאָך געווען אַ גיורת 21 ?

לויט מ”ד אַז „לא נתכהן משה אלא שבעת ימי המלואים בלבד”,

וואָלט מען נאָך געקענט ענטפערן 22

(עכ”פ בדוחק),

אַז משה איז אויך דאַן ניט געווען קיין כהן גמור; און דאָס וואָס ער האָט געמעגט מקריב זיין דעמאָלט די קרבנות,

איז עס דערפאַר ווייל - ווי תוספות 23

איז מסביר - אין די שבעת ימי המלואים האָט דער משכן געהאַט אַ דין במה

[און דערפאַר „שימש משה שבעת ימי המלואים בחלוק לבן” 24

-ניט מיט די בגדי כהונה - ווייל „אין בגדי כהונה בבמה”]

- און דערפאַר איז אויך „בת יתרו”

(אַ גיורת)

ניט געווען אסור צו אים.

אָבער - לבד זאת,

וואָס פון לשון הגמרא „לא נתכהן משה כו’” איז משמע,

אַז בשבעת ימי המלואים איז ער געווען אַ כהן גמור 25

- בלייבט דאָך שווער לויטן מ”ד אַז משה „כל 26

ימיו כהן הי’” 27 .

ג.

לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן,

אַז די צוויי שאלות הנ”ל

(סעיף א’ וב’)

ווערן פאַרענטפערט אחת בחברתה:

מיט דער טענה „בת יתרו מי התירה לך ” האָט זמרי טאַקע געמיינט

(ניט דעם איסור חיתון מיט אַן „ארמית”,

נאָר)

דעם איסור גיורת לכהן* 27

; און די שייכות צווישן דעם איסור מיט דעם וואָס אַ „מדינית” איז אסורה

(„אם תאמר

( זו )

אסורה בת יתרו כו’”)

איז אין דעם,

וואָס דער טעם האיסור פון גיורת לכהן איז

(כנ”ל)

„לפי שבאה מן העכו”ם

(ארמים)

השטופים בזימה”.

ד.

ה.

אויב די „מדינית” איז אסורה ווייל זי איז אַן „ ארמית ” - פאַרוואָס־זשע איז „בת יתרו”,

„שבאה מן העכו”ם

( ארמים )

וכו’” מותרת צו משה

(אַ כהן)?

אָבער לפ”ז בלייבט שווער

(כנ”ל סעיף א’)

לאידך גיסא:

(א)

וואָס איז טאַקע די תשובה אויף דער טענה?

און

(ב)

פאַרוואָס האָט מען דעם ענטפער ניט געזאָגט צו זמרי’ן 28 ?

ד.

לכאורה וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן 29

מיט דעם וואָס חז”ל 30

זאָגן: „ג’ דברים עשה משה מדעתו והסכים הקב”ה עמו”,

וואָס איינער פון זיי איז דאָס וואָס „פירש מן האשה”.

ובמילא איז שוין ניטאָ קיין טענה „בת יתרו מי התירה לך”

(מצד דעם איסור גיורת לכהן),

ווייל משה האָט זיך פורש געווען מאשתו.

און כאָטש פרישה אַליין איז לכאורה ניט גענוג אַראָפּצונעמען דעם איסור גיורת לכהן - זאָגט דאָך אָבער רש”י בפירושו על התורה אויפן פסוק

(אין ס”פ בהעלותך 31 )

„ותדבר מרים גו’ על אודות האשה גו’ כי אשה כשית לקח” -„על אודות האשה,

על אודות גירושי’ ; כי אשה כשית לקח,

ועתה גירשה ”,

ד.

ה.

רש”י לערנט אַז ס’איז ניט נאָר וואָס „ פירש מן האשה”

(ווי רש”י ברענגט עס דאָרט 32

אַראָפּ),

פרישה בעלמא 33 ,

נאָר ס’איז געווען - גירושין 34 .

פונדעסטוועגן האָט מען דאָס ניט געענטפערט זמרי’ן ווען ער האָט געפרעגט „בת יתרו מי התירה לך” -ווייל,

ווי מבואר אין דברי חז”ל 35 ,

האָט קיינער פון דעם ניט געוואוסט,

ביז אַז אויך מרים האָט זיך דערפון דערוואוסט ערשט ווען „אלדד ומידד מתנבאים במחנה” 36

און צפורה האָט געזאָגט „אוי לנשותיהן של אלו כו’” 37

;

וואָרום וויבאַלד משה האָט עס געטאָן „מדעתו”,

האָט ער,

זייענדיק אַן „עניו מאד” 38 ,

ניט געוואָלט מ’זאָל דערפון וויסן - און מהאי טעמא האָט ער 39

אויך ניט געוואָלט ענטפערן זמרי’ן אַז „פירש מן האשה”.

אָבער דער ביאור איז ניט אויסגעהאַלטן 29 ,

ווייל

[נוסף אויף דעם,

וואָס רש”י 40

לערנט

(לויטן ספרי 40 )

אַז משה האָט זיך פורש געווען מן האשה

(ניט „מדעתו”,

נאָר)

ווייל „ אמרתי לו לפרוש מן האשה ..

ואתה פה עמוד עמדי” 41 ,

און עס איז דאָך ניט היפך העניוות צו דערציילן אַז ער האָט מקיים געווען אַ ציווי ה’ 42

-איז]

די סיבה פון פרישת משה מן האשה זאָגט מען אַז עס איז דערפאַר וואָס ער איז געווען אַ נביא - ווי רש”י 31

ברענגט אַראָפּ

(פון ספרי 31 )

אַז צפורה האָט געזאָגט „אוי לנשותיהן של אלו אם הם נזקקים לנבואה שיהיו פורשין מנשותיהן” 43

- בעת אַז עפ”י הנ”ל האָט ער איר געמוזט מגרש זיין מצד דעם איסור גיורת לכהן 44 .

ה.

דער ביאור אין דעם:

עס שטייט אין משנה 45

: „אירס

(אַ כהן הדיוט)

את האלמנה ונתמנה להיות כהן גדול יכנוס”.

און די גמרא לערנט עס אָפּ פון פסוק 46

„יקח אשה”,

אַז וויבאַלד דער „יקח אשה”

(די אירוסין)

איז געווען בהיתר,

מעג ער לכתחילה ענדיקן די לקיחה און כונס זיין די אלמנה.

איז עס אַ כל שכן וק”ו בנדו”ד,

וואו ניט נאָר די אירוסין,

נאָר אויך די נישואין זיינען געווען בהיתר 47 ,

אַז אויך נאָכדעם ווי משה איז געוואָרן אַ כהן איז „בת יתרו” געווען מותרת לו

(כאָטש זי איז געווען אַ גיורת).

לכאורה קען מען פרעגן אויף דעם: דאָס וואָס משה האָט חתונה געהאַט מיט צפורה בהיתר איז דאָך געווען פאַר מתן תורה; און היות אַז אידן האָבן דעמאָלט געהאַט אַ דין פון בני נח און ס’איז דאַן איבערהויפּט ניט געווען דער גדר ה„לקיחה” פון נאָך מתן תורה 48 ,

מוז מען דאָך זאָגן,

אַז נאָך מתן תורה האָט ביי אידן געדאַרפט זיין מחדש קידושין ולקיחה דנשותיהן עפ”י תורה 49

- איז דאָך הדרא קושיא לדוכתה: ווי האָט משה געמעגט מקדש זיין צפורה נאָך מתן תורה 50 ?

- איז עס ניט קיין קשיא,

ווייל

[נוסף אויף דעם וואָס די נייע לקיחה איז דאָך זיכער געווען תיכף לאחר מ”ת ובמילא - בנוגע משה איז דאָס געווען איידער ער איז געוואָרן אַ כהן

(בימי המלואים,

נאָך הקמת המשכן)

- איז אפילו אויב מ’וועט אָננעמען,

אַז לויט דער דיעה אַז משה „כל ימיו כהן הי’” האָט זיין כהונה זיך אָנגעהויבן תיכף ביי מ”ת 51 ,

איז עס אויך ניט קיין קשיא,

ווייל]

:

אויפן פסוק 52

„וילך איש מבית לוי ויקח את בת לוי” דרש’נט די גמרא 53

: „שעשה לה מעשה ליקוחין”,

וואָס דער פשט אין דעם איז,

אַז עמרם האָט איר מקדש געווען מיט ליקוחין פון נאָך מתן תורה.

[דערמיט זיינען מפרשים 54

מסביר וואָס דער רמב”ם 55

זאָגט „ובמצרים נצטווה עמרם במצות יתירות” - וואָס לכאורה איז עס ניט מובן 56

: וואו געפינט מען אַז „נצטוה עמרם במצות יתירות”?

- נאָר דאָס איז די מצוה פון קידושין,

וואָס איז שוין געווען אין מצרים 57 ].

און וויבאַלד אַז אויך פאַר מ”ת זיינען די קדושי אשה געווען ביי אידן אין אַן אופן פון לקיחה פון נאָך מ”ת,

האָט ביי זיי ניט געדאַרפט זיין נייע קידושין נאָך מתן תורה - די פריערדיקע קידושין זיינען געבליבן בתקפן אויך נאָך מ”ת 58 .

און לפי”ז איז מובן,

אַז דער „יקח אשה” פון משה רבינו איז געווען בהיתר,

וויבאַלד עס איז געווען פאַר מ”ת,

און ער האָט צפורה’ן ניט געדאַרפט נאָכאַמאָל מקדש זיין נאָך מתן תורה.

ו.

דערמיט קען מען מסביר זיין:

(א)

וואָס ס’איז געווען די טענה פון זמרי „בת יתרו מי התירה לך”,

און

(ב)

פאַרוואָס משה האָט אים גאָרניט געענטפערט אויף זיין טענה:

זמרי האָט ניט געהאַלטן פון דער ילפותא

(פון תורה שבעל פה )

פון „יקח אשה” הנ”ל,

און לשיטתו האָט משה געמוזט מגרש זיין „בת יתרו”.

משה האָט ניט געקענט ענטפערן מיטן לימוד פון „יקח אשה” 59

- ווייל 60

דער דין 61

איז,

אַז אַ ת”ח וואָס איז „מורה הלכה” און איז אַ „נוגע בדבר”,

איז ער ניט באַגלויבט בשעת מעשה צו זאָגן „כך קבלתי” - און משה איז דאָך געווען אַ נוגע בדבר - „בת יתרו מי התירה לך ” 62 .

[ע”ד ווי מיר זעען עס ביי מחלוקת קרח,

וואָס צוזאַמען מיט זיין קריגן אויף כהונת אהרן איז ער אויך געקומען 63

מיט פאַלשע טענות און שאלות וועגן מזוזה - „בית שהוא מלא ספרים מהו שיהא חייב במזוזה” און תכלת - „טלית שכולה תכלת מה שתהא חייבת בציצית” - און מ’געפינט ניט אַז משה זאָל אויף די שאלות ענטפערן מיט אַ לימוד פון תושבע”פ 64

- ער האָט נאָר געזאָגט: „ואם בריאה יברא ה’ גו’” 65

;

און די הסברה איז כנ”ל: משה איז געווען אַ נוגע בדבר 66 ,

און דערפאַר וואָלט ער סיי ווי ניט געווען באַגלויבט אויף דעם].

ז.

די הוראה פון ענין הנ”ל:

ניט אַלעמאָל זוכט מען צו ענטפערן יענעם אויף זיינע שאלות; אַמאָל איז יענער גאָר אויסן מיט זיין שאלה צו מתיר מאַכן אַ מדינית! ווען זיין כוונה איז לשם שמים דאַרף זיין „ענה

(אפילו אַ)

כסיל כאולתו” 67 .

ווען ער פרעגט אָבער אין דברי תורה מיט דער כוונה צו מתיר מאַכן דאָס וואָס תורה אסר’ט -דעמאָלט דאַרף זיין די הנהגה פון „ אל תען כסיל כאולתו” 68

: דער וועג צו מנצח זיין אַזאַ מנגד אויף תורה איז ניט דורך שקו”ט,

נאָר מיט אַ תוקף וואָס איז למעלה מטעם ודעת.

[און אַזוי אויך ביי יעדערן באַ זיך: ווען דער „מלך זקן וכסיל” 69

- דער יצה”ר - קומט מבלבל זיין,

דאַרף מען זיך ניט אַריינלאָזן אין אַ שקו”ט מיט אים,

נאָר מ’דאַרף גלייך טאָן מיט תוקף - „משכהו לבית המדרש כו’” 70 ].

און דאָס איז אויך געווען די הנהגה פון פינחס - „ בקנאו את קנאתי” 71

: ער האָט זיך ניט אַריינגעלאָזט אין אַ שקו”ט; ווייל אדרבה: דער דין 72

איז,

אַז „הבא לימלך אין מורין לו” - נאָר ער האָט מקנא געווען קנאת ה’

(„קנא תי ”)

און זיך מוסר נפש געווען צו הרג’נען זמרי 73 .

ח.

דער חג הגאולה פון י”ב־י”ג תמוז איז חל

(ברוב השנים)

אין דער וואָך פון פ’ בלק - האָט דער ענין הנ”ל אַ שייכות צו דעם חג הגאולה:

די הנהגה פון דעם רבי’ן,

דעם בעל הגאולה והשמחה,

איז געווען אין אַן אופן פון „בקנאו את קנאתי”: ניט קוקנדיק אויף די טענות פון געוויסע מענשען,

אַז ס’איז ניטאָ קיין חיוב זיך צו מוסר נפש זיין על כל צעד ושעל וכו’,

איז ביים בעל הגאולה והשמחה געווען דער „בקנאו את קנא תי ”: וויבאַלד עס איז דעם אויבערשטנ’ס אַ זאַך

(„קנא תי ”),

האָט ער זיך נאָכאַנאַנד מוסר נפש געווען בפועל אויף הרבצת התורה והיהדות.

די מסירת נפש קען זיין בכמה אופנים.

ומהם:

א.

בפרשתנו - ניט דורכן נשיא הדור - דער נשיא הדור איז געווען משה 74

;

אין אַן אופן פון גבורה 75

(וואָס דערפאַר געפינט מען אַז פינחס - הוא אליהו 76

- האָט געזאָגט „קנא קנאתי לה’ אלקי צבאות גו’” 77

און האָט ניט געפונען אַ זכות אויף אידן 78 ).

ב.

ווי ביים בעל הגאולה והשמחה: „בקנאו את קנאתי” דער נשיא הדור אַליין,

[ובאמת קען מען זאָגן,

אַז אויך ביי פינחס,

איז די נתינת כח אויף דעם „קנאו את קנאתי” געקומען פון משה 79

(דער נשיא הדור)

: דורך זיין זאָגן „קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא” 80

האָט ער געגעבן פינחס דעם כח צו מקנא זיין קנאת ה’]

;

אין אַן אופן פון חסדים - ווי דערציילט שוין פיל מאָל 81 ,

אַז דער בעל הגאולה והשמחה האָט געבעטן זיין פאָטער,

דער רבי נ”ע,

אַז זיין נשיאות זאָל זיין בחסד וברחמים,

דער אויפטו,

אַז אויך אַן ענין פון „קנאו את קנאתי” ווערט דורכגעפירט אין אַן אופן פון „טוב עין הוא יבורך” 82

- בחסד וברחמים 83 .

(משיחות י”ג תמוז,

וש”פ מטו”מ,

תשכ”ט)

Reader controls and commentary are loading.