B"H
🏡

Ikar

שיחת ליל א' דחג הסוכות ה'תשמ"ח

א.
אזוי ווי עס שטייט אין ילקוט שמעוני 1 "שלש שמחות כתיב בחג",
בא חג הסוכות שטייט אין תורה דריי מאל "שמחה"
(מער ווי עס שטייט בא די אנדערע מועדים,
אע"פ וואס אויך זיי זיינען "מועדים לשמחה" 2) –
איז מתאים אז מ'זאל איצטער מכריז זיין "גוט יום טוב" דריי מאל,
ובכל פעם –
בהגבהת קול מער ווי בפעם שלפניו,
ובמכ"ש פון דעם דין ביי אמירת "כל נדרי" 3,
אז "נוהגין שהש"ץ אומר אותו ג' פעמים וכל פעם מגבי' הקול יותר מבראשונה" –
עאכו"כ בענין השמחה,
וואס איז פארבונדן מיט קול,
איז מתאים אז מ'זאל מכריז זיין "גוט יום טוב" דריי מאל,
ובכל פעם מגבי' זיין הקול יותר מבראשונה:
דעם צווייטן מאל העכער פאר דעם ערשטן מאל,
און דעם דריטן מאל העכער פאר דעם צווייטן מאל,
ביז מיט אזא קול גדול אז מ'דארף עס ניט זאגן נאכאמאל ווייל דאס איז אזוי הויך,
א "קול גדול ולא יסף" 4,
אז דאס איז כולל א פערטער מאל און אלע מאל שלאח"ז.
און דערפון זאל עס נמשך ווערן על כל השנה כולה.

Reader controls and commentary are loading.