B"H
🏡

Ikar

בס"ד. לשון הברכה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א אחרי קבלת הפן הכללי, ערב ראש השנה, ה'תשמ"ח

מצד טירחא דציבורא קען מען איצטער ניט לייענען די גאנצע אריכות אין דעם פדיון
(הכללי),
און מ'פארלאזט זיך אויף דער חזקה אז ס'איז אלץ געשריבן געווארן ווי ס'דארף זיין,
און נאכמער דערפון,
בפרט בהתאם לזה וואס מ'גייט אריין אין א שנת הקהל,
ווען עס ווערט א צוזאמענקלייבונג און א סך הכל פון אלע סוגים פון אידן
("האנשים והנשים והטף")
און פון אלע זייערע ענינים,
וביתר שאת וביתר עוז.
דער אויבערשטער זאל ממלא זיין משאלות לבב כל אחד ואחת,
די וואס זיינען באים על החותם
(אין דעם פדיון כללי),
אדער געוואלט קומען על החותם,
אדער מ'האט זיי כולל געווען,
וכיו"ב –
אין אלע ענינים וואס זיינען אויסגערעכנט אין דעם פדיון.
און נאכמער –
אויך די ענינים וואס זיינען ניט אויסגערעכנט,
וואס אפילו אויב מ'האט ארויסגערעכנט א ריבוי ענינים,
איז דאך דאס אלעמאל ווייניקער פאר אין סוף;
לאידך גיסא:
בשעת מ'שרייבט אין דעם פדיון די כללים,
און מ'איז מכוון על הכל –
גיט דעמולט דער אויבערשטער דעם אין סוף האמיתי משאלות לבב כל אחד ואחת בכל המצטרך,
ובתכלית השלימות.

Reader controls and commentary are loading.