א.
לכל לראש וועט מען אנהויבן מיט אן ענין וואס איז נוגע לעצמו ממש –
דער ענין פון ח"י אלול.
דאע"פ וואס עס זיינען פאראן כמה ענינים אין דעם טאג וואס האבן לכאורה קדימה בזמן כו' צו ח"י אלול,
אנהויבנדיק דערפון וואס דאס איז יום השבת,
דמקדשא וקיימאי במעשה בראשית,
און דערנאך איז צוגעקומען די מעלה וואס מתן תורה האט אויפגעטאן אין שבת 2;
און דערצו איז דאס א שבת אין חודש אלול;
וואס די אלע זאכן זיינען שוין דא טויזנטער יארן,
און זיינען שייך צו כלל ישראל וכו',
משא"כ דער ענין פון ח"י אלול,
איז ערשט נתגלה געווארן לאחרונה דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר,
נשיא דורנו,
וואס הנשיא הוא הכל 3 –
האט דער
(נשיא הוא)
הכל מגלה געווען צו הכל
(כלל ישראל)
דעם ענין פון ח"י אלול,
Ikar
שיחת ש"פ תבא, ח"י אלול ה'תשמ"ז
Reader controls and commentary are loading.