B"H
🏡

Ikar

שיחת אור ליום ה' פ' ויגש, ז' טבת ה'תשמ"ז. - בבית הכנסת, אחרי תפלת ערבית -

א.
בקשר מיט די לעצטע מאורעות האט מען נעכטן גערעדט 1 וועגן "ותחי רוח יעקב אביהם" 2,
אז דאס הענגט אפ אין "זרעו" –
"מה זרעו בחיים אף הוא בחיים" 3
("ותחי רוח יעקב אביהם"),
כולל אויך דורך מוסיף זיין אין נתינת הצדקה;
און דערפאר האט מען אויך מציע געווען אז מ'זאל מוסיף זיין אין נתינת הצדקה. וכמובן אז דערצו האט מען געדארפט אויך מצרף זיין א צעטל מיט שמו ושם אמו בכדי מזכיר זיין על הציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר,
ווי מ'פירט זיך בא יעדער "מגבית",
עאכו"כ אין אן ענין פארבונדן מיט "ותחי רוח יעקב אביהם",
דורך ווייזן אז "זרעו בחיים".

Reader controls and commentary are loading.