B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ קדושים, בדר"ח אייר ה'תשמ"ו.

א.
ס'איז שבת ראש חודש אייר. ובזה גופא איז דאס יום שני דראש חודש. וואס דאס פארבינדט דעם טאג מיט חודש ניסן,
ווארום בשעת מ'זאגט "שני דראש חודש" איז דאס מדגיש אז דאס קומט בהמשך צו א "ראשון דראש חודש",
וואס דער ראשון דר"ח איז געווען דער יום השלשים
(סיום)
פון חודש ניסן. ביז אז אין שטרות איז דער דין אז מ'דארף שרייבן ביידע זאכן פון דעם טאג:
"יום שלשים לחודש ניסן שהוא ר"ח אייר".
נוסף אויף דעם כללות הענין,
אז זייענדיק יום השבת האט עס א שייכות און דאס קומט לאחרי הכנת העבודה בימי השבוע שלפניו.
כמאחז"ל 1 "מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת",
וואס במובן הרחב איז דאס כולל כל ימי השבוע
(אנהויבנדיק פון יום ראשון),
כמדובר כמ"פ וכמועתק בכמה ספרים אז די הכנות לשבת הויבן זיך אן פון יום ראשון;
במילא קומט אויס,
אז דער "יאכל בשבת" זה קומט ע"י ההכנה והטירחא בכל ימי השבוע שלפניו,
וואס זיי זיינען אלע געווען טעג פון חודש ניסן,
ביז אז אויך דער יום הששי
(ערב שבת ממש)
איז געווען דער יום שלשים פון חודש ניסן.

Reader controls and commentary are loading.