B"H
🏡

Ikar

שיחת יום ב' פ' צו, תענית אסתר, יהפך לשמחה, ה'תשמ"ו - בביהכנ"ס אחרי תפלת מנחה

א.
שוין גערעדט בארוכה אין די פריערדיקע ימי התעניות,
כולל אין די ימי תענית אסתר,
וועגן כללות הענין פון אמירת "דברי כבושין" בימי התעניות *1
(עכ"פ בקיצור,
היות דאס איז בימות החול,
אבער באופן עס זאל זיין גענומען פון תושב"כ ותושבע"פ,
במילא איז עס א "מועט המחזיק את המרובה" 2).
און כאטש אז מ'האט שוין גערעדט בפעמים הקודמות 1 דעם תוכן פון "דברי כבושין",
אעפ"כ,
וויבאלד דאס איז אן ענין שהזמן גרמא און א דבר בעתו,
האט אן ארט
(אדער נאכמער דערפון)
צו איבער'חזר'ן עיקרי הענינים ונקודת הענינים,
וויבאלד אז "כל יומא ויומא עביד עבידתי'" *2.

Reader controls and commentary are loading.