B"H
🏡

Ikar

יחידות אור לי"ג שבט

"יחידות" של קבוצת ברי-מצוה והוריהם שיחיו
אין צוגאב צו כל האמור לפני זה
(ביחידות הכללית),
וואס זיכער איז א בר-מצוה און בת-מצוה נכלל אין דעם,
ואדרבה –
ביתר שאת וביתר עז,
וויבאלד ביי זיי איז דאס א זמן סגולה וזמן שמחה גדולה ביותר,
ווייל "היום הזה נהיית לעם" 2,
אין דעם טאג ווערן זיי פולע מיטגלידער פון דעם אידישן פאלק שבכל הדורות
(פון מתן תורה עד סוף כל הדורות) –
איז נוסף לזה פאראן אן ענין מיוחד וברכה מיוחדת וואס איז שייך במיוחד צו זיי:
ס'איז ידוע 3 אז בשעת מ'האט געבויט דעם בית המקדש האט מען געפראוועט א "חנוכת הבית",
וואס דאן האט מען געבראכט מתנות רבות,
און עס זיינען נמשך געווארן ברכות רבות ומיוחדות. און ווי דער אלטער רבי איז מבאר ומאריך 3,
אז בשעת חנוכת הבית איז דער מנהג צו געבן מתנות אין גאר א גרויסן אופן,
ביז אין אן אומגעוויינליכן אופן,
ובאופן אז אזוי זאל דאס ווירקן אויפן גאנצן לעבן,
עד מאה ועשרים שנה.

Reader controls and commentary are loading.