B"H
🏡

Ikar

בס"ד. שיחת יו"ד שבט ה'תשמ"ו.

א. יעדער פעולה פון מענטשן (וואס זיינען בעלי שכל) האט דאך זיכער א טעם וסיבה.
עד"ז איז מובן,
אז ווען אידן קלייבן זיך צוזאמען,
"ברב עם" 1,
איז זיכער פאראן א טעם וסיבה לזה,
און ניט סתם א סיבה,
נאר א סיבה וואס איז אלעמען מאחד.
זיינען פאראן פאלן,
ווען מ'דארף זוכן וואס די סיבה איז,
בפרט ווען עס רעדט זיך וועגן א סיבה וואס זאל זיין א צד השוה צווישן מענטשן פון פארשידענע קרייזן און שטעט וכיו"ב;
אבער עס זיינען פאראן אנדערע פאלן ווען די סיבה איז קלאר און ברור,
ביז אז מ'דארף איך אפילו ניט זוכן.

Reader controls and commentary are loading.