B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ וארא, ראש חודש שבט ה'תשמ"ו *

א.
יעדער ענין פון יהדות און תורה ומצוות בכלל ברענגט ארויס א שמחה ביי אידן,
מצד דעם וואס "קדשנו במצותיו וצונו".
וואס דער אויבערשטער איז מקור הקדושה ומקור המצוות,
און דער אויבערשטער מיט אלע זיינע תוארים און ציוויים וכו' איז כולא חד,
ובלשון התקו"ז 1 איהו וחיוהי חד איהו וגרמוהי חד,
וכמבואר בספרי מחקר אז דער אויבערשטער איז למעלה מהתחלקות במילא איז ער חד מיט אלע זיינע תוארים וכו',
און ווי דער רמב"ם שרייבט בספרו 2,
אז כשם ווי בנוגע דעם אויבערשטן זאגט מען "החקר 3 אלקה מצא"
(בתמי') –
עד"ז איז עס בנוגע זיינע מדות 4,

Reader controls and commentary are loading.