B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ שמות, מבה"ח שבט ה'תשמ"ו

א.
אין אלע שבתות מברכים החודש איז דא דער ענין כללי ונקודה משותפת:
שבת מברכים איז אויסגעטיילט פון שאר שבתות השנה דערמיט וואס נוסף לזה וואס שבת מיני' מתברכין די ששת אדער שבעת ימי השבועי,
האט דער אויבערשטער אריינגעגעבן כחות אין דעם יום זכאי פון שבת מברכים אז ער זאל קענען מברך זיין א גאנצן חודש.
וואס דערפאר איז דא די תקנה פון רבותינו נשיאינו,
ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט קובע געווען און מפרסם געווען און געבעטן אז מ'זאל איינפירן בכל תפוצות ישראל,
אז בכל שבת מברכים החודש זאלן זיך אידן צוזאמענקלייבן און מאכן א התוועדות 2,
וואו מ'זאל רעדן דברי תורה ודברי התעוררות מיוסדים אויף אהבת ישראל ואהבת התורה וכל הענינים טובים.

Reader controls and commentary are loading.