B"H
🏡

Ikar

בס"ד. שיחת ש"פ וישב, מבה"ח טבת, כ"ד כסלו ה'תשמ"ו.

א.
מ'האט גערעדט אין די לעצטע התוועדויות,
אז אין יעדער זאך זיינען דא א ריבוי פרטים,
ביז אויך א ריבוי כללים.
והטעם:
וויבאלד אז יעדער זאך איז באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטן,
עצמות ומהות,
וואס ער איז כולל כל היכולת,
ביז אז ער איז שלא בערך העכער פון זאגן אויף אים אז ער איז כולל הכל ווארום ער איז תכלית השלימות,
ד.ה. אז דער אויבערשטער איז כולל אין זיך ריבוי ענינים עד אין קץ –
לייגט זיך ע"פ שכל צו זאגן אז אין א כלי איז ניכר דער אומן העושה את הכליו,
אזוי אויך בנוגע צום בורא עולם,
אז דאס וואס דער בורא עולם איז כולל אין זיך א דיבוי ענינים שפיגלט זיך אפ אין יעדער נברא וואס איז באשאפן געווארן על ידו,
און יעדער נברא איז כולל אין זיך א ריבוי ענינים.

Reader controls and commentary are loading.