א. בנוגע צו דער התחלה פון א פארברענגען, האט מען דאך די הוראה פון תורתינו תורת חיים (הוראה בחיים), אז עס דארף זיין "פותחין בברכה" 1 (וכנהוג ביי יעדער פארברענגען) – ולכן וועט מען אנהויבן די התוועדות מיט דער ברכה המקובלת – "שלום עליכם", וכמנהג ישראל 2 , אז ווען צוויי אידן טרעפן זיך, איז מען פותח בברכה, "שלום עליכם" און "עליכם שלום".
און דאס איז שייך במיוחד מיט א פארברענגען וואס איז פארבונדן מיטן אלטן רבי'ן,
וואס די התחלה פון זיינע "אגרות-קודש" שבספר התניא
(לויט ווי בני המחבר האבן זיי מסדר געווען)
איז די אגרת וואס תחילתה איז "פותחין בברכה".
נאכמער:
ע"פ האמור לעיל –
אז די פתיחה בברכה איז מיט ברכת השלום,
איז אין דעם פאראן א שייכות מיוחדת
(ניט נאר צום אלטן רבי'ן בכלל, נאר)
אויך צו י"ט כסלו במיוחד:
Ikar
שיחת י"ט כסלו ה'תשמ"ו.
Reader controls and commentary are loading.