B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ חיי שרה, מבה"ח כסלו ה'תשמ"ו.

א.
מ'האט גערעדט כמ"פ,
אז בנוגע לכל עניני קדושה וואס זיינען פארבונדן מיט תורה –
וואס כל עניני קדושה זיינען דאך פארבונדן מיט תורה –
איז דא דער ציווי בתורה אז עס דארף זיין ניט "כדיוטגמא ישנה גו' אלא כחדשה" 1,
און נאכמער –
"בכל יום יהיו בעיניך חדשים" 2
(אן א כ"ף הדמיון).
דערפון גופא וואס מ'דארף אנקומען צו א ציווי בתורה איז פארשטאנדיק אז בגלוי איז דאס ניט קיין דבר חדש און בטבע האדם קען מען אויף דעם קוקן "כדיוטגמא ישנה" 1,
דעריבער דארף מען האבן א ציווי אז "לא יהיו בעיניך כדיוטגמא ישנה" נאר "כחדשה".

Reader controls and commentary are loading.