B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מר-חשון ה'תשמ"ה התוועדות א'

א.
שבת בראשית איז כשמו כן הוא –
דער ערשטער שבת פון יאר.
ד.ה. אע"פ וואס שבת בראשית ווערט אזוי אנגערופן בפשטות על שם הפרשה וועלכע מ'לייענט בשבת זה –
"בראשית ברא גו'" –
איז אבער יעדער זאך בדיוק,
און בשעת מ'רופט עס אן "שבת בראשית",
וואס "בראשית" מיינט אין אנהויב,
אנטהאלט עס אויך דעם פירוש אז דאס איז דער ערשטער שבת פון יאר,
אזוי ווי "בראשית" איז דער אנהויב פון דער בריאה.

Reader controls and commentary are loading.