א.
שטייענדיק אין דער נאכט פון דעם פערטן טאג פון סוכות,
וואס איז די התחלה פון דעם טאג
(וכמ"שו "ויהי ערב ויהי בוקר"),
איז דאך יעצט די צייט
(בהמשך ללילות הקודמים)
צו זאגן עטלעכע ווערטער וועגן דעם ענין המיוחד שביום זה
(וועלכע זיינען א העתקה מדברי רבותינו נשיאינו).
דער ענין המיוחד שביום זה איז דאך פארבונדן
(כמדובר לעיל)
מיט די אושפיזין שביום זה,
סיי די אושפיזין שע"פ הזהר 2
(די נגלה'דיקע אושפיזין),
סיי די אושפיזין שע"פ חסידות
(די חסיד'ישע אושפיזין):
אין די פריערדיקע דריי טעג זיינען די אושפיזין געווען אברהם יצחק ויעקב,
שלשת האבות,
און די חסיד'ישע אושפיזין –
דער בעש"ט,
דער מגיד און דער אלטער רבי;
ובהמשך לזה איז דער אושפיזא שביום זה משה רבינו,
און דער חסיד'ישער אושפיזא איז דער מיטעלער רבי.
Ikar
שיחת ליל ד' דחג הסוכות, מוצאי שבת חול המועד סוכות ה'תשמ"ה - לאחרי תפלת ערבית
Reader controls and commentary are loading.