B"H
🏡

Ikar

שיחה לחברי הכוללים "תפארת זקנים – לוי יצחק" ו"חכמות נשים" שיחיו יום ג' פ' ראה, כ"ג מנחם-אב ה'תשד"מ - לאחרי תפלת מנחה, בבית הכנסת

א.
תורה ערקלערט,
און ווי איר פילט דאס אויך יעדערער בא זיך אין הארצן,
ובפרט א אידישער הארץ - אז ווען אידן קלייבן זיך צוזאמען,
געזונטערהייט,
פריילעכערהייט און מיט א גוטן צוועק - אויף פארשטארקן זיך נאכמער אין אידישקייט,
און שטארקן איינער דעם צווייטן אין אלע זאכן אין וועלכע מ'נויטיקט זיך,
דורך זאגן דעם צווייטן א גוטן ווארט,
דורך געבן א גוטע עצה,
אדער הילף אין אן אנדער אופן - איז דאך פארשטאנדיק. די שמחה און די פריילעכקייט וואס דאס ערוועקט בא זיך,
אָן אונטערשייד אין וועלכן עלטער מ'איז,
צי עס רעדט זיך וועגן גאר קליינע אדער מיטעלע אין יארן,
אדער וועגן עלטערע אין יארן.
דאס (די שמחה פון צוזאמענקלייבן זיך)
איז נאכמער אונטערשטראכן ווען עס קלייבן זיך צוזאמען עלטערע מענטשן - סיי מענער און סיי פרויען - וואס בלשון הגמרא 1:
"כמה הרפתקי דעדו עלייהו",
זיי זיינען דורכגעגאנגען פארשידענע פאסירונגען פון לעבן במשך פון די יארן וואס דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט און מצליח געווען.

Reader controls and commentary are loading.