א.
די התוועדות קומט פאר בשבת קודש,
וואס דעמולט איז א זמן מסוגל אויף מקבץ זיין אידן צוזאמען,
ביז אידן פון פארשידענע סוגים,
ווי עס שטייט אין ירושלמי 1 אז ביום השבת איז יעדער איד
(אפילו אזא וואס בשאר הימים גלויבט מען אים ניט)
נאמן בנוגע צו דמאי,
במילא קען מען זיך צוזאמענקלייבן און זעצן עסן בשבת מיט יעדן אידן
(אפילו אזא וואס איז ניט נאמן בשאר הימים) –
פועל'ט עס א קירוב צווישן אלע אידן,
ווארום "גדולה לגימה שמקרבת" 2.
Ikar
שיחת ש"פ עקב, כ"ף מנחם-אב ה'תשד"מ.
Reader controls and commentary are loading.