א.
האט דאס רעדן יעצט קומט בהמשך דערצו וואס בשנים האחרונות האט מען מחדש געווען דעם מנהג ישן-נושן צו זאגן "דברי כבושין" ביום התענית 1.
אבער איידער מען הויבט אן דארף מען מקדים זיין,
אז כאטש מען איז מדגיש אז מען שטייט אין א "יום תענית" און אז מען רעדט "דברי כבושין" –
דארף מען אבער וויסן אויך דאס וואס דער אלטער רבי איז מבאר אין אגרת התשובה 2,
אז א יום התענית איז
(ניט נאר זכרון העוונות 3, נאר)
א "יום רצון",
וכלשון הכתוב 4 "הלזה תקרא צום ויום רצון להשם".
Ikar
שיחת יום ג' פ' מטות, שבעה עשר בתמוז, יהפך לשמחה, ה'תשד"מ בביהכנ"ס אחרי תפלת המנחה
Reader controls and commentary are loading.