א.
דאס עצם צוזאמענקלייבן זיך פון אידן איז דאך אליין א גוטע און הייליקע און אידישע געלעגנהייט,
היות דאן קומט צום אויסדרוק דער ענין האחדות און אהבת ישראל צווישן אידן,
ווען א סאך אידן קלייבן זיך צוזאמען צוליב דעם זעלבן צוועק,
ובפרט אז דער צוועק איז פארבונדן מיט אידישקייט - תורה ומצוותי'.
דאס וואס מען זאגט אז דאס איז א "גוטע" געלעגנהייט
(נאך איידער דאס איז א אידישע געלעגנהייט)
איז בפשטות,
היות אז אויך פון דעם שטאנדפונקט פון אלע פעלקער איז דער ענין השלום והאחדות צווישן מענטשן א דבר חשוב ביותר.
Ikar
שיחת יום א' פ' נשא, כ"ה אייר ה'תשד"מ בהכינוס של אגודת נשי ובנות חב"ד תחיינה
Reader controls and commentary are loading.