B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ תרומה, ראש חודש אדר ראשון ה'תשד"מ.

א.
ס'איז א התוועדות פארבונדן מיט שבת,
און דערצו ראש חודש,
און דערצו ראש חודש אדר,
און אדר ראשון,
ד.ה. אין א שנה מעוברת,
און אין א שנה מעוברת גופא זיינען דאך פאראן דריי אופנים:
א שנה חסירה
(שפ"ג יום),
שנה כסדרה
(שפ"ד יום)
און א שנה שלימה
(שפ"ה יום)
1 איז דאס א שנה מעוברת שלימה,
ד.ה. אז דער יאר האט די סאמע מערסטע טעג וואס א יאר קען האבן.
כל פרט ופרט פון דער בריאה איז דאך "בשביל התורה כו' ובשביל ישראל כו'"
(ווי רש"י שרייבט בתחלת פירושו על התורה).
"והתורה היא נצחית" 2 אזוי בכל עת קען מען און מ'דארף ארויסלערנען א הוראה פון תורה אין עבודת ה'.
עאכו"כ ווען עס רעדט זיך וועגן פרטים און קביעות הזמנים ע"פ תורה איז דאך זיכער יעדער פרט בשביל התורה ובשביל ישראל,
ד.ה. אז א איד דארף ארויסנעמען פון כל פרט ופרט א תורה-הוראה 3 בעבודתו בתכלית בריאתו לשמש את קונו 4.

Reader controls and commentary are loading.