אייער נסיעה זאל זיין כשורה ובהצלחה,
און עס זאלן מקויים ווערן די אלע ענינים וואס מ'האט גערעדטי אין צוזאמענהאנג מיט כ"ד טבת
(יום ההילולא פון דעם אלטן רבי'ן),
וויבאלד אז דערנאך זיינען דא גידולין 2 און גידולי גידולין" 3 פון דעם אלטן רבי'ן,
עד סוף כל הדורות.
און דאס זאל אראפקומען במעשה בפועל,
בנוגע צו לימוד עצמו און הנהגת עצמו,
וואס איר זייט די אמת'ע חיילי בית דוד,
און אויך "נרות להאיר" 5 אויף אראפברענגען די אלע אורות פון אלע רביים,
בפרט פון דעם בעל ההילולא פון כ"ד טבת,
און דער בעל ההילולא פון עשירי בשבט –
אין א פועל,
למטה מעשרה טפחים,
און די אלע ענינים איילן צו נאכמער דעם "אחישנה" 6 פון ביאת דוד מלכא משיחא,
במהרה בימינו ממש.
Ikar
ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להת' השלוחים שיחיו הנוסעים לישיבה גדולה דיהאנסבורג, דרום אפריקה. יום א' פ' בא, כ"ו טבת ה'תשד"מ.
Reader controls and commentary are loading.