B"H
🏡

Ikar

שיחת ליל ו' דחג הסוכות ה'תשד"מ - לאחרי תפלת ערבית

א.
כמדובר לעיל
(בלילות שלפנ"ז) 1,
זיינען אין שמחת בית השואבה פאראן צוויי ענינים:
ניט נאר דער ענין פון א שמחה וואס ווערט נמשך במשך זיבן טעג,
ובלשון הכתוב 2 "ושמחתם לפני ה' אלקיכם שבעת ימים"
[וואס דאס איז דער אויפטו פון דער שמחה בזמן הגלות לגבי דעם זמן שביהמ"ק הי' קיים,
ווען די שמחה האט זיך אנגעהויבן במוצאי יו"ט הראשון 3,
כמדובר לעיל 4],
וואס אין דעם ענין האלטן מיר שוין לכאורה נאך עטלעכע טעג פון שמחה,
אין די לעצטע טעג פון סוכות;
נאר אויך דער ענין המיוחד שבכל יום ויום.
און וויבאלד עס איז פאראן דער כלל פון "כל יומא ויומא עביד עבידתי'" 5,
ד.ה. אז יעדער טאג האט א שייכות מיוחדת צו ענינו אלס א יום בפ"ע,
איז מובן,
אז נוסף צו דעם וואס היינטיקער טאג האט אין זיך דעם ענין וואס ער איז איינער פון די שבעת הימים,
דער המשך צו די ה' ימים שלפניו און די הקדמה צו דעם יום שלאחריו –
איז ביי אים נוגע במיוחד ולכל לראש זיין ענין אין וועלכן ער איז אויסגעטיילט פון אלע אנדערע טעג.

Reader controls and commentary are loading.