B"H
🏡

Ikar

שיחת ליל ה' דחג הסוכות ה'תשד"מ - לאחרי תפלת ערבית

א.
יעדער פאסירונג און יעדער זאך,
אז מ'קוקט אויף דעם אויפן ערשטן בליק,
איז עס בלויז אן איינצעלנע נקודה פון זמן ומקום;
בשעת מ'קוקט אבער אריין טיפער,
זעט מען גלייך אז דאס איז א טייל פון עטלעכע זאכן;
און אז מ'קוקט נאך טיפער,
זעט מען אז דאס איז א טייל פון גאר א סך זאכן.
ועד"ז בנדו"ד:
אידן האבן זיך צוזאמען געטראפן אין א באשטימטן אָרט און אין א באשטימטע רגע פון זמן - איז דאך דאס לכאורה אן איינצעלנע פאסירונג,
פארבונדן מיט א באשטימטע נקודה פון זמן ומקום;

Reader controls and commentary are loading.