א.
ווי גערעדט נעכטן 1
(און אין די פריערדיקע נעכט)
וועגן שמחת בית השואבה,
אז וויבאלד ס'איז דא דער ציווי פון "מעלין בקודש" 2,
פאדערט זיך פון א אידן,
אז בכל לילה ולילה זאל זיין אן עילוי אין דער שמחה לגבי דער שמחה פון דער לילה שלפנ"ז.
און אפילו אין דער דריטער נאכט פון סוכות,
ווען מ'האט שוין געהאט
(אין די פריערדיקע נעכט)
ביידע מעלות:
וויבאלד אז כל ישראל בחזקת כשרות 3,
איז זיכער האט מען שוין בלילה הראשונה געפראוועט די שמחה בשלימות,
און גלייך דערנאך אין דער צווייטער נאכט האט מען
(ניט נאר געפראוועט די שמחה אין דעם זעלבן אופן –
ווי לילה הראשונה,
נאר מ'האט)
מעלה געווען בקודש –
קומט אויס,
אז שוין אין דער צווייטער נאכט האט מען ביידע ענינים:
סיי שלימות און סיי די עלי' אין שלימות,
Ikar
בס״ד. שיחת ליל ה' דחג הסוכות ה׳תשמ״ג -בבית הכנסת, אחר תפלת ערבית-
Reader controls and commentary are loading.