B"H
🏡

Ikar

שיחת ליל ג' דחג הסוכות ה'תשמ"ג בבית הכנסת, אחרי תפלת ערבית

א.
אע"פ אז די איצטיקע רייד זיינען דאך בקשר מיט יום שלישי דחג הסוכות,
ובמילא וואלט מען לכאורה דאס געדארפט אפלייגן אויף נאך הבדלה. וויבאלד אבער אז דאס וואלט גורם געווען צו טירחא דציבורא –
ווארום מען דארף מאכן הבדלה אין סוכה –
וואס דאס
(טירחא דציבורא)
פארנעמט א גרויסן ארט אין הלכה,
ביז ווי עס ווערט געבראכט במיוחד בנוגע צו תפלת ערבית,
אז מצד טירחא דציבורא איז מען משנה זמנה,
כדאי' 1 בריש ברכות 2,
דעריבער האט אן ארט צו מקדים זיין די רייד פאר הבדלה;
ובפרט אז מ'האט שוין געזאגט "אתה חוננתנו" אין תפלת העמידה.
ב.

Reader controls and commentary are loading.