א.
פותחין בדבר תורה. איז ידוע די תורה משולשת פארבונדן מיט היינטיקן שבת וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט איבערגעגעבן 1,
וואס דער אלטער רבי האט דערציילט אז זייענדיק אין מעזריטש האט ער געהערט פון דעם מגיד בשם דעם בעש"ט –
אז "החודש השביעי שהוא החודש הראשון לחדשי השנה,
הקב"ה בעצמו מברכו בשבת מברכים שהוא השבת האחרון דחודש אלול",
און דער אויבערשטער בענטשט אויך אידן,
"ובכח זה ישראל מברכים את ההדשים י"א פעמים בשנה".
מאמר המוסגר:
"שבת מברכים שהוא השבת האחרון דחודש אלול" לייענט מען אלעמאל פרשת נצבים. נאר אמאל לייענט מען אין דעם שבת אויך פ' וילך,
כבשנה זו,
אבער אלעמאל לייענט מען פ' נצבים. ווי דער אלטער רבי שרייבט אין לקוטי תורה ויש פ' נצבים 2 אז "פרשה זו
(נצבים)
קורין לעולם קודם ר"ה". און ווי ער איז דארטן מבאר אז דאס איז מרומז אין תיבת "היום",
"אתם נצבים היום",
וואס גייט אויף ר"ה.
ווי עס שטייט אין זהר 3 אז "היום" גייט אויף ר"ה.
ע"כ מאמר המוסגר.
Ikar
שיחת ש"פ נצבים וילך ה'תשמ"ב
Reader controls and commentary are loading.