B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ דברים, שבת חזון, ד' מנחם-אב ה'תשמ"ב.

א.
בנוגע צו שבת חזון איז ידוע דער ווארט פון ר' לוי יצחק בארדיטשעווערי 1 - דער ממליץ טוב אין אהבת ישראל - אז שבת חזון איז מלשון מחזה,
דעמולט באווייזט מען "לכאו"א המקדש דלעתיד",
דעם בית המקדש השלישי.
וואס דאס איז נאכמער מעורר ומעודד א אידן,
אז זעענדיק דעם ביהמ"ק השלישי ווי ער איז בנוי על מכונו,
נאר ער געפינט זיך למעלה,
און דער איך ווייסט אז דורך מעשינו ועבודתינו איז ער ממשיך דעם ביהמ"ק למטה,
און אין אן אופן פון "מיד",
"מיד הן נגאלין" 2 - איז דאס אים נאכמער מעורר און מעודד אז ער זאל נאכמער מוסיף זיין אין עבודתו שלו און דורך דעם ממשיך זיין דעם ביהמ"ק למטה.

Reader controls and commentary are loading.