B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ לך לך, ז' מרחשון ה'תשמ"ב.

א.
ס'איז דאך א שבת וואס אין אים האט לכאורה ניט געדארפט זיין קיין התוועדות,
ווי אנדערע האבן גערעכנט אדער געהאפט
(ווי עס זאל נאר זיין דער לשון וואס מ'דארף זאגן אויך דעם),
אז דעם שבת וועט מען האבן א "פרייען" שבת,
מ'וועט קענען טאן וואס מ'וויל,
מקיים זיין תורה ומצוות אדער טאן אנדער זאכן,
ווארום ס'איז ניטא קיין התוועדות וואו מ' מאטערט זיך און מ'איז מכריח אז מ'דארף דארטן זיצן און מ'איז ניט קיין בעה"ב אויף זיך וכו'.
ווארום לכל הדעות איז לכאורה ניטא קיין סברא וטעם אויף א התוועדות דעם שבת:

Reader controls and commentary are loading.