B"H
🏡

Ikar

בס"ד. שיחת יום ב' דראש השנה, ערב שבת קודש, ה'תשמ"ח.

[צוה להכריז שאלו שעדיין לא נטלו ידיהם לסעודה,
יטלו עכשיו. וגם שאמירת לחיים תהי' קודם השקיעה].
א.
ס'איז ידוע וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו האט דערציילט 1 וועגן דעם רבי'ן
(מהורש"ב) נ"ע,
וואס ער איז געווען זיין בן יחיד און זיין ממלא מקום
(מיט אלע ענינים שבזה)
אז בסיום פון דעם צווייטן טאג ראש השנה פלעגט ער זאגן א מאמר חסידות,
און פלעגט דערמאנען א תורה פון אלע נשיאים און דערמאנען די נשיאים בשמם,
בזה הלשון
(בערך):
דער בעש"ט,
דער מגיד,
דער אלטער רבי,
דער מיטעלער רבי,
דער צמח צדק,
און דער רבי מהר"ש.
כמובן,
אז דער רבי נ"ע האט אים ניט גערופן "רבי מהר"ש",
נאר "דער טאטע" וכיו"ב,
אבער אזוי איז דער לשון
(דער רבי מהר"ש)
ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט איבערגעגעבן. וכדלקמן.

Reader controls and commentary are loading.