א.
שטײענדיק אין דעם שבת נאָך חמשה עשר באב - ווען עס ווערט אַן עלי' ושלימות
("ויכולו" 1)
אין אַלע ענינים פון חמשה עשר באב - איז אַ פּאַסיקע צייט צו ממשיך זיין אין די ענינים,
ובפרט אין די פאַרשלאגן בנוגע למעשה בפועל,
וואָס מ'האט גערעדט חמשה עשר באב 2.
מ'האט דעמולט גערעדט 3 אַז דער יום טוב גדול פון חמשה עשר באב
(וואָס לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב כו'" 4) קומט
(אויך)
דערפון וואָס דעמולט ווערט "קיימא סיהרא באשלמותא" פון חודש אב,
דער גילוי העלי' ושלימות וואָס קומט אַרויס פון דער ירידה גדולה אין דער לבנה בתשעה באב
(וועלכע איז צורך עלי' "עלה 5 ארי' במזל ארי' והחריב אריאל (בית המקדש) על מנת שיבוא ארי' (זה הקב"ה) במזל ארי' ויבנה אריאל" 6),
ובמילא אויך - די עלי' ושלימות פון אידן,
וואָס דומין ומונין ללבנה.
Ikar
משיחת שבת פ' עקב, כ"ף מנחם אב ה'תשמ"ז
Reader controls and commentary are loading.