B"H
🏡

Ikar

שיחות שנאמרו ב"יחידות" אור ליום ג' פ' קדושים, כ"ו ניסן ה'תשמ"ו.

א) "יחידות" של האורחים שיחיו שהגיעו לכאן לי"א ניסן וחגה"פ
א. שוין גערעדט כמה פעמים
(בהזדמנויות דומות),
וועגן דעם מנהג הרגיל,
אז איידער מ'פֿאָרט זיך פאנאנדער קלייבט מען זיך צוזאמען נאכאמאל.
וואס דער טעם לדבר איז:
וויבאלד אז מ'האלט ביי פאנאנדערפארן זיך דארף מען זיך אנקלייבן מיט כחות מיוחדים,
אז דער פירוד בגשמיות זאל ניט ווירקן אויף די וואס פארן זיך פאנאנדער
(למקטנם ועד גדולם),
ניט אויף זייער "מעשה",
און זיכער ניט אויף זייער דיבור,
וכ"ש וק"ו ניט אויף זייער מהלך המחשבה,
ד.ה. אז אין די אלע ענינים זאל מען שטיין אין א תנועה של אחדות אויך בשעת הפירוד בגשמיות.

Reader controls and commentary are loading.