B"H
🏡

Ikar

שיחת פורים ה'תשמ"ו.

א.
שוין גערעדט כמה פעמים,
אז בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען,
אין וואס פאר א צייט און אין וואס פאר אן אָרט דאס זאל נאר זיין,
איז עס אן ענין גדול ביותר. ביז אז דאס פועל'ט א שמחה גדולה ביי אבינו שבשמים,
כידוע דער סיפור פון אלטן רבי'ן 1 וואס ער האט איבערגעגעבן די "פתקא אשר משמי שמיא נחיתא...
דאס וואס עס קען אויפטאן א חסידישער פארברענגען קען מלאך מיכאל ניט אויפטאן",
און האט מבאר געווען די גודל השמחה וואס ווערט אויפגעטאן למעלה דורך א התוועדות פון אידן,
און דאס
(כולל די תוצאות דערפון)
ווערט דערנאך נמשך ביז למטה מטה.
אבער וויבאלד אז דאס וואס מענטשן קלייבן זיך צוזאמען
(כאטש ביז דעמולט זיינען זיי ניט געווען צוזאמען)
מוז דאך האבן א סיבה,
במילא איז פאראן כמה אופנים אין מעלת ההתוועדות,
לויט דער מעלה און טובה און תוקף און תוכן הסיבה,
ונוסף לזה,
איז פאראן א תוספת אין מעלת ההתוועדות וואס קומט צו דורך מעלת זמן ההתוועדות,
וואס אין זמן זיינען דאך פאראן חלוקי דרגות,
א זמן זכאי 2,
און אין "זכאי" גופא קען זיין שטארקער און העכער און גרעסער און טיפער;
ועד"ז אין מקום,
וואס המקום גורם און ווי מ'זעט בפשטות,
אז דער ארט וואו מ'קלייבט זיך צוזאמען און די צייט אין וועלכער מ'קלייבט זיך צוזאמען,
האבן א ווירקונג אויף די מתוועדים.

Reader controls and commentary are loading.