א. דובר כמ"פ, אז יעדער זאך שבעולם איז כלול פון כמה וכמה ענינים.
עאכו"כ זאכן וועלכע זיינען פארבונדן מיט אידן און אידישקייט און תורה,
וואס בשבילם נברא העולם,
כמ"ש "בראשיתי בשביל התורה שנקראת ראשית כו' ובשביל ישראל שנקראו ראשית"
(ווי רש"י איז מפרש בתחלת פירושו על התורה 2),
זיינען זיי זיכער כלול פון כו"כ ענינים,
ועאכו"כ פון די ענינים שבעולם שנבראו בשבילם.
ווארום בשעת מ'זאגט אז איין זאך איז באשאפן געווארן בשביל א צווייטער זאך
("בראשית בשביל התורה כו' ובשביל ישראל"),
איז פארשטאנדיק אז מ'האט דערביי ניט סתם צוגעטשעפעט צוויי זאכן וואס האבן צווישן זיך קיין שייכות ניט,
ווייל דעמולט איז ניט שייך צו זאגן אז זי איז באשאפן געווארן בשבילו און איז תלוי אין אים,
נאר זיכער איז דא א שייכות און א חיבור צווישן די צוויי זאכן,
און מצד דער שייכות וחיבור ביניהם איז שייך צו זאגן אז ער איז באשאפן געווארן בשבילו און איז תלוי בו. נאר זייער שייכות איז אין אן אופן אז איין זאך איז דער עיקר און די צווייטע זאך איז א טפל לה שנברא בשבילה.
Ikar
שיחת ש"פ ויקהל, פ' שקלים, מבה"ח אדר שני ה'תשמ"ו.
Reader controls and commentary are loading.