B"H
🏡

Ikar

שיחת יום א' פ' תשא, פורים קטן ה'תשמ"ו.

א.
שוין גערעדט כמה פעמים,
אז בכל יום ויום דארף מען זוכן די מעלה שביום זהו,
ועד"ז איז מובן אויך בנוגע ליום זה,
"פורים קטן". אז מען דארף זוכן די מעלת היום.
און דאס איז מובן אויך דערפון וואס יעדער טאג ווערט געגליכן צו אן "אורח",
א גאַסט
(ע"ד ווי מ'זאגט בנוגע צו ימי הסוכות,
אז זיי זיינען געגליכן צו "אורחים" 2),
ווארום דאס איז א טאג וואס "קומט צו גאסט" פעם אחת בחודש
(אויב ער איז פארבונדן מיט דער קביעות בחודש)
אדער פעם אחת בשנה
(אויב דאס איז פארבונדן מיט קביעות השנה)
- וואס במילא האט מען ביי יעדן טאג די מעלה פון "הכנסת אורחים" וועלכע איז פארבונדן מיט "הקבלת פני שכינה" 3 וכיו"ב,
איז דאך זיכער,
אז מען דארף זוכן די מעלה מיוחדת שביום זה.

Reader controls and commentary are loading.