B"H
🏡

Ikar

שיחת ש"פ מקץ, שבת חנוכה ה'תשמ"ו

א.
ס'איז א התוועדות פארבונדן מיט חנוכה,
הבתר נתינת דמי חנוכה מאכט מען א התוועדות –
איז די התוועדות פארבונדן דעריבט וואס אין חנוכה גופא איז דאס שבח חנוכה.
ואע"פ אז בשנה זו איז געווען די הצעה 1 אז בכל יום מימי החנוכה זאל מען מאכן א התוועדות –
זיינען אבער אין דעם גופא פאראן חילוקים:
צי ס'איז א התוועדות וואס קומט פאָר בימי החול און נאר פאר א חוג מסויים,
וואס דעמולט איז דאס פארבונדן מיט ווייניקער טירחא דציבורא,
אדער פאר מערערע חוגים,
וואס דעמולט איז דאס מערער טירחא דציבורא,
ביז אז א סך חונים וביום השבת,
ווי די התוועדות,
וואס דעמולט איז דאס פארבונדן מיט א טירחא הכי גדולה.

Reader controls and commentary are loading.