B"H
🏡

Ikar

שיחת אדר"ח מר-חשון בלילה ה'תשמ"ו

א. שוין גערעדט כמה פעמים 1,
אז בשעת אידן פאָרן זיך פאנאנדער,
זאגט אויף דעם דער אויבערשטער אז "קשה עלי פרידתכם" 2,
אז ס'איז פאר אים "קשה" די "פרידה" ופירוד צווישן אידן. וואס וויבאלד אז דאס שטייט אין תורה בנוגע צום אויבערשטן,
איז דערפון מובן אויך בנוגע צו אידן,
"קוב"ה אסתכל באורייתא כו' כך בר נש משתדל באורייתא וכו'" 3.
נאכמער:
דער ענין פון "קשה עלי פרידתכם" בנוגע לעניננו,
איז ניט נאר מצד דעם ענין הפרידה,
נאר אויך מצד דעם זמן,
סיום חודש תשרי:
בנוגע צו ראש השנה איז מבואר 4,
אז דאן איז "אתם נצבים היום כולכם לפני ה"א גו' ראשיכם שבטיכם גו' מחוטב עציך עד שואב מימיך" 5,
ד.ה. אז דאן שטייען אלע אידן באופן של אחדות,
און דאס איז ניט סתם אן אחדות וואו עס איז מלכתחילה ניטא קיין פירוד
(ע"ד ווי מ'זאגט בנוגע צו תפילין אז זיי זיינען "מעור אחד" 6),
נאר דאס איז אן אחדות פון עשרה סוגים מישראל,
פון "ראשיכם" ביז "שואב מימיך" 7,
ד.ה. אז כאטש עס איז מודגש דער ענין המיוחד פון יעדערן פון די עשרה סוגים,
וואס יעדערער פון זיי איז שונה מחבירו סיי אין איכות,
אין מעלות,
סיי אין מקום,
אז מ'געפינט זיך אין ד' פינות תבל –
איז אעפ"כ,
בראש השנה,
קלייבן זיך אלע צוזאמען באופן של אחדות,
ווייל דער ענין האחדות איז אן ענין עיקרי וחשוב ביותר,
ביז אז ער איז מקבץ אלעמען און אלע ענינים שבכל אחד,
סיי באיכות,
סיי ברוחניות,
סיי בגשמיות,
ומכל הקצוות.

Reader controls and commentary are loading.