א
ס'איז א התוועדות פארבונדן מיט שבת מברכים.
וואס דאס איז איינער פון די ענינים ותקנות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו,
אז מ'זאל זיך משתדל זיין מאכן א התוועדות בכל שבת מברכיםו. און אויף דעם איז חל דער כלל ווי בכל עניני קדושה,
אז עס דארף שטענדיק זיין "מעלין בקודש" 2,
ביז אן עלי' אמיתית –
וואס דאס איז אן עלי' שבאין ערוך 3. וואס אזוי זעט מען אויך בנוגע צו דער תקנה אז מ'זאל מאכן א התוועדות בשבת מברכים,
וואס דאס האט ער מפרסם געווען און געהייסן אפדרוקן –
אז דאס איז הולך ומתפשט בא מער און מער אידן פון תפוצות ישראל,
וואס בשעת עס ווערט נתפשט בכל תפוצות ישראל דעמולט באקומט עס דעם תוקף פון א מצות עשה ומצות לא תעשה,
כפס"ד הרמב"ם 4.
Ikar
שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מר-חשון ה'תשמ"ו.
Reader controls and commentary are loading.