B"H
🏡

Ikar

שיחת ש״פ תולדות, מבה״ח וער״ח כסלו ה׳תשד״מ.

א.
לכל לראש איז דאס א התוועדות פארבונדן מיט שבת מברכים חודש כסלו,
כתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר 1 וואס ווי עס ווייזט אויס,
איז אזוי געווען די הנהגה אויך לפנ"ז בא יחידי סגולה,
אבער כ"ק מו"ח אדמו"ר האט עס מפרסם געווען לרבים –
אז מ'זאל מאכן א פארברענגען בשבת מברכים החודש.
ד.ה. אז נוסף לזה וואס מ'קלייבט צוזאמען און מ'מאכט א ציבור פון זיך אליין,
כידוע דער סיפור וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט דערציילט 2 וועגן זיין זיידן
(דער זון פון צ"צ),
וואס נאך אים איז כ"ק מו"ח אדמו"ר געווען א נאמען –
דארף מען בשבת מברכים החודש אויך צוזאמענקלייבן א ציבור כפשוטו
(פון כו"כ אידן)
דורך מאכן א התוועדות.

Reader controls and commentary are loading.