א.
די התוועדות איז דאך פארבונדן מיטן יום הולדת פון דעם רבי'ן
(מהורש"ב) נ"ע,
דעם פאטער פון כ"ק מו"ח אדמו"ר,
וואס ער –
מו"ח אדמו"ר –
איז זיין ממלא מקום און ער איזנשיא דורנו –
איז דערפון פארשטאנדיק די שייכות פון דעם יום הולדת צו אונז,
און ווי מיר דארפן זיך דערפון אפלערנען.
נאכמער:
אע"פ וואס דער לשון בזה
(אין גמרא 1,
לגבי נשיאים)
איז "ממלא מקום אבותיו",
וואס מיינט,
אז ער "פילט אָן" דעם אָרט,
אעפ"כ,
איז בהכרח לומר,
אז דער "ממלא מקום" איז אויך מוסיף מדילי',
אין אן אופן פון "ילכו מחיל אל חיל" 2.
Ikar
שיחת אור ליום ה' פ' חיי שרה, כ"ף מר--חשון, ה'תשד"מ.
Reader controls and commentary are loading.